אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "טאשקענט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
צווילינג שטעט
אין תקציר עריכה
שורה 1:
'''טאַשקענט''' איז די הױפּטשטאָט פֿון [[אוזבעקיסטאַן]]. 2.1 מיליאָן פּערזאָנען ווױנען אין טאַשקענט (2006).
 
אין טאשקענט זיינען פאראן צוויי אידישע קהילות, דער עלטערער צווישן זיי ביידע איז דער היגער [[ספרדים|ספרדישע]] ([[בוכאריש|בוכארישע]]) קהילה זיינען דארט אנגעקומען פון אנדערע שטעט אינם [[בוכארא]] געגנט ווען די [[רוסישע|רוסן]] האבן איינגענומען דער שטאט אין 1865. די רוסישע ([[אשכנזים|אשכנזישע]]) אידן האבן יעמאלט נישט געהאט די מעגלעכקייט צוקומען אין טאשקענט, זייענדיק אינדרויסן פון דער [[תחום המושב]].
 
נאך דער [[רוסישע רעוואלוציע]], זיינען אנגעקומען די אשכנזישע אידן אין טאשקענט. און ווען עס האט זיך אנגעהויבן דער [[צווייטער וועלט קריג|צווייטער וועלטס-קריג]], זיינען פיל רוסישע, אוקראינשע ווי אויך פוילישע בירגער - צווישן זיי אויך פיל אידן - אנטלאפן טיפער אריין אינם [[סאוועטן פארבאנד]], און אזוי ארום איז געווארן גאנץ א גרויסער אידישער קהילה אין טאשקענט, דאס צווייטסטע-גרעסטע אין גאנץ [[אוזבעקיסטאן]] (דאס גרעסטע זייענדיק [[סאמארקאנד]]).
 
רוב פון די [[פליטים]], זיינען ארויס פון אוזבעקיסטאן גלייך נאכן קריג, א מערקווירדיקע אויסנאם זיינען געווען די [[ליובאוויטש (הויף)|ליובאוויטשער חסידים]], וואס כאטש מערסטנס האבן איבערגעכאפט דעם גרעניץ פונם [[סאוועטן פארבאנד]] אין דעם באוואוסטען [[לוואוו פרשה]], דאך זיינען געבליבן א היבש ביסל חסידים אין טאשקענט. די חסיד'ישע קהילה איז געווארן אסאך קלענער ווען עס איז געווען מיט אפאר יאהר שפעטער א גרויסן [[ערדציטערניש]] אין טאשקענט, און פיל חסידים האבן פארלארן זייער הייזער און האבן זיך דעריבער איבערקליבן קיין [[סאמארקאנד]], און בשעת אין די שפעטערדיקע כ"ף יאהרן זיינען רוב חסידים ארויס פון [[סאוועטן פארבאנד]], זיינען כמעט נישט געבליבן קיין חסידים אין טאשקענט (סיידן איינצלנע, ווי צ.ב.ש. ר' [[שמעון זאלצמאן]]).
 
== צווילינג שטעט ==