אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "בעטאן"

קאנסטרוקציע מאטעריאל
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט 'קליין|בעטאן באנוצט צו א סטרוקטור בויען '''בעטאָן''' (פון פראנצויזי...'
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 12:09, 12 פֿעברואַר 2017

בעטאָן (פון פראנצויזיש: Béton) איז א וויכטיגער שטאף וואס מען נוצט פאר קאנסטרוקציע. מאָדערנער בעטאָן איז געמאכט פון א מישונג פון צעמענט, זאמד, זשווירן און וואסער. נאך די מישונג איז געמאכט, ווערט עס טראנספארטירט צו דער קאנסטרוקציע ארט אין א בעטאן-מישער, און עס איז אפט איבערגעפֿירט אין א בעטאן-פאמפע.

בעטאן באנוצט צו א סטרוקטור בויען

בעטאָן איז גענוצט מער אפט ווי יעדער אנדערער מענטש-געמאכט שטאף אין דער וועלט. די עלעמנטן זענען געמישט צו מאכן א פליסיק, א ביסל אזא ווי מאכן טייג פאר ברויט. דער בעטאָן איז דערנאך אַװעקגעשיט אַרייַן צו א ראַם. נאך עטלעכע שעות, דער בעטאָן פֿאַרשטײַפֿט. בעטאָן פֿאַרשטײַפֿט צוליב א כעמישע רעאקציע וואס הייסט הידראציע. די וואסער רעאקטירט מיט דער בעטאָן, וואס פארבינדט די אנדערע עלעמענטן און מאכט א שטארק שטיין-ענלעך שטאף.

בעטאָן ווערט גענוצט צו מאכן טראָטואַרן, רערן, ארכיטעקטורישע סטרוקטורן, אויפֿבויען, וועגן, בריקן, מולטי-שטאָק אָפּלאָגערטער, וואנטן, באזעס פאר טויערן, פּלויטן און סטויפעס, און אפילו שיפלעך. זיין גרעסטער געווין איז אז עס פארבינדט ציגל און שטיינער בעסער ווי אנדערע מעטאָדן באקאנטן צום מענטשהייַט.

וועבלינקען

 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: בעטאן