אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "חיים זאנוויל אבראמאוויטש"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שיינע הוספות
שורה 8:
ער איז ארויסגעקומען פון רוסלאנד תשכ"ט קיין [[ירושלים]], וואו ער האט געוואוינט אין [[קרית מאטערסדארף]]. נאך עטלעכע יאר האט ער זיך געצויגן קיין [[אמעריקע]].
 
די ערשטע צייטן האט ער זיך אויפגעהאלטן אין [[מיאמי]]. שפעטער האט ער זיך געצויגן קיין ברוקלין, אין [[קרוין הייטס]], ער האט געוויילט א תקופה אין סיגעיט דערנאך בארא פארק ווי אויך א תקופה און לאס אנדזלעס און נאך פלעצער אבער דערנאך האט ער זיך געמאכט שבת פאר זיך אין [[מאנסי]], און געווארן באקאנט אלץ א גרויסער רבי. ער איז געווען א מוהל א שוחט א רב א רבי אלעס האט ער געדאווענט פאר די עמוד ער האט געפאסט גאנצע טעג ער האט מרבה געווען צו גיין און וואסער [מקוה]
 
אידען פארציילען מופתים און ווינדער וואס ער האט געזעהן האבענדיג אפענע אויגען צו זעהן אלעס,
 
הרב עזריאל טויבער האט אים פיל געהאלפען ארויסברענגענדיג דעם רבי'ן פון רוסלאנד ווי אויך הרב אברהם הכהן [ראמי קאהן ] דער באוויסטער נגיד און עסקן ער שילדערט פיל און זיין ספר וועגען אים, מרדכי בן דעוויד האט פיל זיך געדרייט ביי אים און נאך פארשידענע עסקנים צווישען זיינע גבאים זענען געווען יחזקי' האפמאן יצחק תהילים אברהם שעהנוואלד אברהם הערש גליק ארי' געלדצעלעהר משה וועג וואס זענען געווען איבערגעגעבען בלב ונפש
 
נאך זיין פטירה האט מען מייסד געווען א חדר תשב"ר נחלת חיים ריבניץ על שמו וואס ווערט געפירט פון הרה"ג ר' חיים פלאהר שליט"א מיט חשובע עסקנים די מוסד איז על טהרת הקודש מ'נעמט נישט קיינע פראגראמען נאר ריינע געלט, די חדר איז פון די שענסטע מוסדות און מאנסי.
 
צו זיין ציון שטראמען יודען אין די  טויזנטער, אלע טעג פון יאר, ס'כמעט נישטא א צייט דורכן גאנצן יאר, טאג און נאכט, וואס ס'זאל זיין ליידיג פון מענטשן דארט, ממש ארום די זייגער, ווייל מ'זעט דארט אפענע ישועות ממש.