אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פרייסן"

8 בייטן אראפגענומען ,  פֿאַר 5 יאָר
קיין רעדאקטירונג רעזומע
מ (Removing Link GA template (handled by wikidata))
אין תקציר עריכה
דער נאָמען ''פרייסן'' שטאמט פֿון די [[אלטע פרייסן]], אַ באלטיש פאלק זיך אנגעקערט מיט די ליטווינער און די לעטן. אין דעם 13טן י"ה, איז "אלטפרייסן" געווארן איינגענומען דורך די [[טעווטאנישע ריטערס]]. אין [[1308]] האבן די טעווטאנישע ריטערס איינגענומען דעם אַמאָליגן פּוילישן ראַיאן פון [[פּאָמערעליע]] מיט [[דאַנציג]]. דאס לאנד איז געווען באפעלקערט מערסטנס מיט דײַטשן וואס האבן ארײַנגעוואנדערט פון צענטראל און מערב דייטשלאנד און, אין דרום, מיט פאלאַקן פון [[מאַזאָוויע]]. שפעטער ווערט פרייסן צעשפּאַלטן אין א מערב'דיקן טייל, [[קעניגלעך פרייסן]], אַ פּראָווינץ פון [[פוילן]], און א מזרח'דיקן טייל, זײַט 1525 גערופֿן [[הערצאגשאפט פון פרייסן]]. אין 1618 איז די הערצאגשאפט פון פרייסן פאראייניגט מיט בראנדנבורג; אין 1701 איז פראקלאמירט געווארן דאס קעניגררייך פון פרייסן.
 
פרייסן איז צוגעקומען צו זיין גרעסטע וויכטיקייט אין די 18טן און [[19טער י"ה]]. בשעת דעם [[18טן יאָרהונדערט]], איז עס געווארן אַ גרויסע אייראפעישע מאַכט אונטער דער ממשלה פון [[פרידריך דער צווייטער פון פרייסן|פרידריך דער גרויסער]] (1740-86). במשך דעם 19טן יאָרהונדערט, האט דער קאנצלער [[אָטאָאטא פאָןפאן ביסמאַרקביסמארק]] נאכגעלאפן אַ פּאָליטיק פון פאראייניגן די דייטשע פרינציפאליטעטן אין אַ "[[קליין דייַטשלאַנד]]" וואָס האט אויסגעשלאסן די [[עסטרייך אונגארישע אימפעריע]].
 
דאס קעניגררייך פון פרייסן האט באהערשט צפון דייַטשלאַנד פּאליטיש, עקאנאמיש, און אויך אין באַפעלקערונג, און איז געווען דאס האַרץ פון דער פאראייניגטע [[צפון דייַטשע קאָנפעדעראַציע]] פאָרמירט אין 1867, וואָס איז געווארן א טייל פון דער [[דייַטשער אימפעריע]] אין 1871.
26

רעדאקטירונגען