אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אליעזר בן יהודה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אויסלייג
גראמאטיק
שורה 20:
זיין ציל איז געווען אויפצולעבן די לשון הקודש שפראך, און עס מאכן פאר א שפראך וואס יעדער איד זאל עס רעדן, קינד און קייט זאלן זיך אפלאזן פון זייער מאמע שפראך, און אנהייבן רעדן בלויז לשון הקודש. זיינע חברים וואס זענען געווען ווייט פון אידישקייט האבן אנפאנג געלאכט פון אים, אבער צוביסלאך האבן זיי איינגעזעהן אז דאס איז גוט פאר זיי, ספעציעל די וואס האבן אנגענומען די שיטה פון ציונים האבן זיך זייער געפרייעט מיט אים. ער זעלבסט שרייבט אז עס האט אים געפעלט חיזוק און שטארקייט זיך צו נעמען צו אזא זאך, אבער ער האט געפונען א רוסישן גוי מיטן נאמען "טשאשניקוב" וואס האט אים זייער געשטארקט אין די שיטה, און האט אים געגעבן געלד פאר דעם, אגב: ווען בן יהודה איז ארויף קיין ארץ ישראל איז דער גוי מיט געקומען מיט אים, בן יהודה שרייבט אויף דעם גוי''' "הוא שהאיץ בי לכתוב את מאמרי הראשון שאלה נכבדה, וזהו הרבי השלישי''' (החלום ושברו עמוד 69)
 
אליעזר יצחק האט דאן געשריבן א מאמר צו פאשרפרייטן זיין שיטה אין די אידישע צייטונגען, ער האט עס געשיקט צום [[המגיד]], [[חבצלת]], אבער זיי האבן עס נישט געוואלט אנעמען, זיי האבן געהאלטן אז דאס איז צו שארף מען וועט עס נישט וועלן אננעמען אין דידער אידישעאידישער גאס, אבער אין יאר תרל"ט האט דער אידישער צייטונג [[השחר]] אנגענומען פון אים א ארטיקעלארטיקל מיטן נאמען "שאלה נכבדה". ער האט אונטערגעשריבן זיין נאמען אויף דעם ארטיקל '''א. בן יהודה,''' און דאס איז געווארן זיין משפחה נאמען שפעטער.
[[טעקע:Eliezer Ben Jehuda bei der Arbeit.jpg|left|thumb|250px|בײַ דער ארבעט]]
דער ארטיקעל האט אויסגעמאכט א שטארקן רושם אין די אידישע — משכילישע גאס, אינעם ארטיקעל ברענגט ער ארויס די יסודות פון ציוניזם, עס איז געבויט אויף דריי יסודות. 1) עס מאנט פון כלל ישראל אז זיי זאלן נעמען זייער מצב אין דער אייגענער הענט, און זאלן אויפבויען א אייגענע לאנד. 2) מען זאל אנהייבן זיך באזעסן אין ארץ ישראל. 3) מען זאל אויפלעבן די אידישע שפראך אלץ העברייאיש, מען זאל נאר רעדן די שפראך.
שורה 26:
דר. קלויזער א תלמיד פון בן יהודה שרייבט: דער מאמר איז געווען דער אנפאנג פון די נייע תנועה ציונות ביי אידן, דערנאך איז פון דעם ארויסגעקומען די חבורות "חיבת ציון" און ציונות. (מפעל חייו עמוד 10).
 
בן יהודה האט ארום גערייזט איבעראל צו טרעפן ווער עס וויל אים העלפן אויפלעבן דעם שפראך, ער האט געפארן קיין מאראקא און דארט געטראפן [[אברהם משה לונץ]], דער האט אים פארציילט אז אין ארץ ישראל עקזיסטירט א גאנצע עדה אידן פון אלע סארט ווי אשכנזים, ספרדים, פרסיים און אלע פארשטיין זיך מיטןמיט זעלבןדער זעלבער שפראך, ווייל אלע רעדן איינער צום צווייטן אויף לשון הקודש, בן יהודה האט דאן אפגעמאכט אז דאס בעסטע פלאץ צו פארקויפן דאסדי שפראך איז אין ארץ ישראל. דעריבער איז זיין פלאץ דארט און ער האט אפגעמאכט אז ער גייט ווי שנעלער ארויף גיין גייןקיין ארץ ישראל (החלום ושוברו ע' 79).
 
== זיין ארויף גיין קיין ארץ ישראל ==
 
אין יאר תרמ"ב איז בן יהודה ארויף קיין ארץ ישראל, אויפן שיף האט ער געזאגט פאר זיין ווייב זיין אפמאך אז פון היינט און ווייטער וועט ער שוין נישט רעדן אין קיין אנדערעאנדער שפראך נאר העברעאיש, אפילו אויב עס וועלן זיין אזעלכע וואס פארשטיין נישט זיין שפראך, זיין ווייב האט אויך נאך נישט געקענט דאן העברעאיש, האט זי אים געבעטן ער זאל עס נאך נישט טועהן, ער זאל ענדערש צוביסלאך זיך נעמען דערצו, און ווען זי וועט שוין גוט קענען דער שפראך דאן זאל ער זיין אזוי עקסטרעם, עס איז אבער געווען אומזיסט איהרע געבעטן, ער האט אזוי אפגעמאכט און זיך דערצו געהאלטן. ער האט זיך דאן געטוישט זיין נאמען פון פערלמאן צו בן יהודה.
 
אנקומענדיג קיין ארץ ישראל, מיטן ציל אויסלערנען אלע אידן דארט זיי זאלן אנהייבן רעדן העברייאיש העברעאיש, רוב אידן דאן זענען געווען פרומע וואס היטען די תורה, ער האט זייער געוואלט זיי איבערמאכן צו זיין די וואס נעמען אהן די ציונישע גאגנ און לערנען עברית, דעריבער האט זיך געלאזט וואקסן די בארד און פאות, פלוצלונג איז ער צוריק געווארן א אויסערליך א פרומער מאן, ער האט אנגעהויבן שרייבן אין די פרומע צייטונג [[חבצלת]] וואס האט דאן ארויסגעגעבן ישראל דוב פרומקין.
 
עס איז געווען אינטערעסאנט צו זעהן ווי דער גרויסער פיינט פון אלעם וואס האט צוטועהן מיט דת און יידישער רעליגיע, איינער וואס איז לוחם מיט אלע חרדים און שרייבט אויף זיי די מיאוס'טע ווערטער איז פלוצלונג געווארן א ירושלימער איד, מיטן גאנצען לבוש, מיט בארד און פאות, און ער גייט ארום אין די גאסן פון מאה שערים מיט א לאנגער ציצית, בן יהודה האט געגעבן זיין בארעכטונגען פאר אזא סארט פאפעריי און פאר אזא סארט ליגענט: ווי ער שרייבט אין זיינע מומארן: "כשהתחלתי עתה בחיים קבועים בירושלים, עמדה לפני מדי השאהל באיזה דרך אבחר בנוגע לעניני הדת, וחאליט לנוהג בכלל בדרכי היהדות המקובהל, זה היה קשה עלי ביותר מפני צד הצביעות שבדבר, ואעפ"כ מצאתי לי היתר, משום שנדמלהשנדמה לי אז כי על ידי הוויתורים האלה מצד המשכילים יעלה בידינו להשיג את האחדות והמשטר הנצרכים במלחמת התחייה הלאומית... התאמצתי בכל מה שיכולתי להידמות גם בחיצוניותי לכל הציבור היהודי בארץ ישראל, '''גדלתי זקני, פשטתי את מלבושי אירופה ולבשתי ארוכים כמנהגי היהודים, וחבשתי לראשי תרבוש במקום כובה איירופי, והתהלכתי בחוצות ירושלים בפרט בשבתות וימים טובים עטוף בטלית מצויצת כהלכה,''' כך נהגתי ימים ושנים (החלום ושברו ע 107)
 
אויף זיין וועג צו שוהל פלעגט ער טיילן זיסע שפייז פאר די קינדער אין ירושלים אזוי האט ער געוואלט פאנגען זייערע הערצער, ווען זיי האבן זיך געקלעבט צו אים האט ער גערעדט צו זיי אויף העברעאיש, זיי זאלן זיך לערנען.
שורה 44:
- איז בן יהודה מסביר: גאנץ פשוט אלע בתי ספר וואס שטייען שוין ביז היינט אין ארץ ישראל, ווי אויך די בתי ספר וואס מען וועט אויפשטעלן פון היינט און ווייטער, מוזן לערנען די העברעאישע שפראך און לעבן דערמיט, מען וועט לייגן א חוב אויף יעדען תלמיד - תלמידה אז זיי מוזען רעדן זיי צוושין זיך, סיי אין שטוב, סיי אינדערהיים, אין יעדן פלאץ נאר עברית, די זעלבע די אלטע לייט וואס וועלן האבן א שייכות צו אונז יידער מוז זיך לערנען צו רעדן העברעאיש, אין שטוב, ביי צוזאמענקומען און אין בית המדרש, און אפילו אין די גאסן.
 
וואס אין די גאסן ! וואונדערט זיך איינע פון די אנוועזענדע, וועט ווען מסכים זיין דערצו, זיך צו מאכן צו נאך ביי די אלע וואס גייען אין די גאסן, די קעסט דאס פוילען ווען א אשכנזי באגעגענט א ספרדי, ווייל זיי האבן דאך נישט קיין געמאנזאמעגעמיינזאמע שפראך, וועלן זיי רעדן העבראייאיש, אבער ווען עס טרעפן זיך אין די גאס צוויי אשכנזים אדער צוויי ספרדים זאלן זיי זיך ברעכן די ציין און אנהייבן רעדן העברייאיש, אין די צייט וואס זיי קענען דאך רעדן גוט אידיש ? דאס וועט דאך זיין א שפאט און א געלעכטער !
 
אזוי איז עס, און דאס דארף זיין אונזער ארבייט, דאס איז די סיבה פארוואס מיר זיצען דא - האט דער יונגערמאן געשריגן מיט א פייערדיגן פנים (דאס איז געווען בן יהודה) (קובץ לזכרו שנת תרפ"ה עמוד 31).
 
די פרומע ירושלי'מער אידן כאטש זיין האבן גארנישט געהאט דערקעגן בן יהודה ווייל ער איז אויסערליך געגאנגען אנגעטוהן ווי א חרדי, דאך האבן זיי געשפירט אז עפעס איז נישט מיט אים ווי זיי ווילן, און האבן אנגעזאגט זייערע קינדער זאלן האבן צופיל צוטעהןצוטון מיט דעם מאדענםמאדנעם איד פון אייראפאאייראפע וואס רעדט נאר לשון קודש, בן יהודה פארציילט אז איינמאל איז ער געגאנגען שבת צופרי צו איד, און האט געהערט ווי דער איד מאכט קידוש, נאך קידוש ווייזט אים אהן דער איד אויף א צוגארעטציגארעט ער זאל עס נעמען און פארייכערן... בן יהודה איז ערשטוינט געווען אז דער ירושלימער איד האט געכאפט ווער ער איז, אבער ער האט זיך ארויסגעדרייט זאגענדיגזאגנדיג, איך רייכער נישט אפילו אינדערוואכן (חיי ומפעלו).
 
בן יהודה האט געשריבן מאמרים מען זאל רעדן לשון קודש אינעםאין דער חרד'ידשןידשער צייטונג [[חבצלת]], אבער אזוי ווי ער האט נישט געקענט דארט ארויס זאגן אלעס וואס ער האלט, ווייל דער ארויסגעבער איז געווען א חרדי האט ער אין יאר תרמ"ה — דריי יאר נאך דעם וואס ער איז ארויף קיין ארץ ישראל - אנגהויבן ארויס געבן זיין אייגענעם צייטונג מיט נאמן [[הצבי]].
 
== קעגן דער חלוקה פון די פרומע אידן ==
 
דער ישוביישוב אין ארץ ישראל איז אין יענעיענער צייט געווען - שנת תרמ"ה - רוב פרומע אידן, א קליינער חלק צווישן זיי איז געווען נישט פרומע אדער אינגאנצעןאינגאנצן פריי, דאס רוב ציבור זענען דאן ארויף ווייל זיי האבן דארט געוואלט אויסלעבן זייערע יארן מיט לערנען תורה, איי פון ווי וועט מען עסן ? קיין גרויסע פארדינסן האט מען דאן נישט געקענט מאכן אין ארץ ישראל, דעריבער איז געווען איינגעפירט אז די מענטשן פון חוץ לארץ האבן געשיקט געלטער פאר זייערע אידישע ברודער. דאס געלד איז געקומען צו א וועד אין ארץ ישראל וואס זיי האבן זיי פארטיילט. ווען עס האט זיך פארמערט נישט פרומע אידן אין ארץ ישראל, האבן זיי אויך געוואלט האבן א חלק וויאזוי צו פארטיילן די געלטער, אבער די פרומע האבן זיי נישט געוואלט. און דעריבער האבן טאקע די פרומע רבנים ווי רבי [[שמואל סאלאנט]] פון די אשכנזים און דער ראשון לציון פון די ספרדים רבי [[רפאל מאיר פאנאזיל]], געהאט גאר א גרויסע השפעה אויף די יהדות אין ארץ ישראל, וויבאלד די געלד איז געקומען צו זיי.
 
בן יהודה צוזאמען מיט די נייע חברה אין יענע צייט [[חובבי ציון]], האבן גוט פארשטאנען דעם באדייט פון די געלד'טער און האבן איינגעזעהן אז ווילאנג די פרומע רבנים טיילן די געלטער האבן זיי נישט קיין אויסזיכט פאר גארנישט, קיינער אין ארץ ישראל וועט זיי נישט הערן, עס איז א שאד יעדער ביסעל ארבייט, דעריבער האבן זיי אנגעהויבן פארשפרייטן מאמרים און קלאנגען אז די פרומע רבנים טיילן נישט די געלטער גלייך, זיי זענען נישט ביושר, בן יהודה האט אין זיינע מאמרים פון זיין צייטונג "הצבי" געשריבן לאנגע מאמרים דערפון. צו אים האט זיך צוגעשטעלט אלע פרייע שרייבער, און אלע וואס האבן געהערט צו די נייע אויפגעקומענע חבורות אין ארץ ישראל, זיי שרייבן אז רוב געלד וואס מען שיקט קיין ארץ ישראל קומט נישט אהן צו די איינוואונערס, נאר זיי ווערן פארטיילט צו נישט ריכטיגע מענטשן, ביי די נישט פרומע וועלט האט געהייסן איינער וואס לערענט נישט א "בטלן", און זיי די נייער קליינער אויפגעקומענער ציבור וואס וויל אויפארבעטען דאס לאנד האבן געהייסן די ריכטיגע מענשטן וואס דאס געלד דארף קומען, זיי שרייבן אז דאס געלד ווערט פארטיילט פאר בטלנים, מענטשן וואס טועהן דערמיט גארנישט, און דאס איז די סיבה פארוואס עס איז דא אין ארץ ישראל אזויפיל ארימקייט. דערמיט האבן זיי אנגערייצט אסאך מאסן מענטשן אויף די עהרליכע רבנים.
שורה 62:
דער ציל פון בן יהודה איז געווען אז אזוי ארום זאלן די מאסן מענטשן וויסן אז דאס געלד גייט בלויז פאר די פרומע, און עס ווערט אויסגעטיילט נישט גיט, נישט מיט יושר, אויב אבער מען וועט אויפהערן שיקן געלד פאר די פרומע קרייזען, פון היינט און ווייטער ווען מען שיקן די געלד פאר די "נישט" פרומע קרייזן ווי חובבי ציון און פאר "חברת תמיכה" פון די משכילישע קרייזן דאן וועלן זיי דאס יא אויסטיילן גוט. און ממילא ווער עס האט די מאה דער האט די דעה, אזוי וועלן די פרייע משכילים קענען צווינגען די מאסן מענטשן צו לערנען העברייאיש און זיך אנקערן צו חברת [[חובבי ציון]].
 
די ערליכע רבנים האבן דאס נישט פארשוויגן, ספעציעל אז בן יהודה האט זייער מיאוס געשריבן אויף די רבנים ראשיים ווי ר' [[שמואל סאלאנט]], און אין טאג פון י"ג תמוז אין יאר תרמ"ז זענען זיך צוזאמענגעקומען די פרומע חכמים און רבנים פון ארץ ישראל, סיי פון די אשכנזים סיי פון די ספרים און מען האט אפגעשריבן א [[חרם]] קעגן בן יהודה, זיי האבן אויך גא'אסר'ת זיין צייטונג דער "הצבי", און שרייבן דערויף ווען עס לייענט דאס איז גלייך ווי ער לייענט אין ספרים חיצונים, און ער איז בלטותא דרבנן דלית ליה אסוותא. דער חרם איז געדרוקט אין [[חצבצלתחבצלת]] שנת תרמ"ז גליון 33. בן יהודה האט גלייך פארשטאנען אז ער וועט ווייטער אזוי נישט האבן קיין הצלחה ווייל עס איז דא אין ארץ ישראל זייער א קליינער ציבור מענטשן וואס וועלן נישט צוהערן דעם בתי דין, און ער וועט פארלירן זיין השפעה, דעריבער האט ער זיך איבערגעבעטן מיט די רבנים, און מען האט אראפ גענומען דאס חרם. אבער עס האט נישט לאנג אנגעהאלטן, בן יהודה האט זיך נישט געקענט איינהאלטן, ער האט געזעהן אז די פרומע רבנים שטערן אים אין זיין ציל, צו פערמערן די שיטה פון ציוניזעם און אויסלערנען דאס גאנצע פאלק רעדן די נייע שפארך, ער האט גלייך דערנאך ווייטער געשריבן שפיזיגע מאמרים און שטעכעדיגע רייד אויף אלע פרומע ערליכע רבנים, ווען די רבנים האבן געזען אז ער שרייבט ווייטער אזוי, האבן מען אים ווייטער געלייגט אין חרם. און מען האט אים דערווייטערט פון אידן.
 
זיין פרוי שרייבט איבער דעם חרם די ווערטער: דער חרם אויף בן יהודה האט מען מודיע געווען אין אלע גאסן, אז דער צייטונג "הצבי" איז אין חרם, און מען טאר עס נישט ברעגנען אין קיין שום אידישע שטוב, קיין שום יהודי טאר נישט דערין לייענען, מען מוז זיך דערווייטערן דערפון פיהר איילן, אט דעם חרם האט מען געקלעבט אין די גאסן ערב שבת. זיך פארציילט אויך אז צום דעם חרם האט מען געקלעבט א צעטל מיטן נאמען "אתה חושב כי רמית אותנו" ווי די חרדים שרייבן פאר בן יהודה, די מיינטס אז מיט דיין לאנגע קאפאטע מיט וואס די ערשיינסט האסטו אונז אפגענארט ! מיט דיין לאנגעלאנגער בארד און לאנגעלאנגן טלית ! ניין די ביסט א אפיקורס און א צבוע, מיר וועלן פון היינט און ווייטער וויסן ווי זיך צו היטן פון דיר און נישט ווערן געכאפט אין דיין נעץ (חייו ומפעלו עמוד 35).
 
== זיינע מערכות אין ארץ ישראל קעגן די חרדים ==