אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "וועלוול טשערנין"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 5:
נאָך דער עליה האָט ער זיך געדרוקט דער עיקר אין ישׂראלדיקע זשורנאַלן און אַלמנאַנאַכן – "[[די גאָלדענע קייט]]", נײַע וועגן”, "[[ירושלימער אַלמאַנאַך]]", „טאָפּלפּונקט” און אַנדערע, ווי אויך אין אויסלענדישע פּעריאָדישע אויסגאַבעס -„[[פֿאָרווערטס]]”, "די פּען", "די גילגולים" א"אַ.'' פֿאַר זײַן דיכטונג האָט ער באַקומען דוד האָפֿשטיין פּרײַז פֿאַרן יאָר תשנ"ו. עס זײַנען דערשינען פֿינף ייִדישע לידער-זאַמלונגע, ווי אויך אַ צוויי-שפּראַכיקע זאַמלונג (ייִדישע אָריגינאַלן מיט רוסישע איבערזעצונגען) און אַ [[העברעיִש]]ע לידער-זאַמלונג (אָריגינעל־העבריִשע און אויטאָרישע איבערזעצונגען פֿון אָריגינעל־ייִדישע ווערק). באַזונדערע וועלוול טשערנינס לידער זײַנען דערשינען אין איבערזעצונגען אויף אַנדערע שפּראַכן — [[אוקראַיִניש]], [[פֿראַנצויזיש]], [[דײַטש]], [[ענגליש]].
 
וועלוול טשערנין האָט איבערגעזעצט אין רוסיש אַ גאַנצע ריי ווערק פֿון ייִדישע פּראָזאַיִדער און דראַמאַטורגן - [[שׁלום־עליכֿם]], אבֿרהם גאָלדפֿאַדען, [[חיים גראַדע]], מיכֿאל פֿעלזנבוים אא. ער אַרבעט אויך אין געביט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור-פֿאָרשונג (פֿאַרטיידיקט אַ דאָקטאָר־דיסערטאַציע אינעם ייִדיש־צענטער פֿונעם [[בר־אילן אוניװערסיטעט]]), אַרויסגעגעבן אַ גאַנצע ריי אַטיקלען אין [[רוסיש]], [[העברעיִש]], ייִדיש, ענגליש און אוקראיניש וועגן דער שאַפֿונג פֿון [[מענדעלע מוכֿר־ספֿרים]], [[שמעון שמואל פרוג|שׁמעון שׁמואל פֿרוג]], [[חיים נחמן ביאַליק]], [[אורי צבי גרינבערג|אורי צבֿי גרינבערג]], לייב נײַדוס, לייב קוויטקאָ, [[עמנואל קאזאקעוויטש|עמנואל קאַזאַקעוויטש]] און אַנדערע ייִדישע שריפֿטשטעלער.ער איז איינער פֿון רעדאַקטאָרן פֿון אַ פֿולקום געווידמעטן דער פּאָעזיע אויף יידיש באַנד פֿונעם העברעישן אַלמאַנאַך "משיב הרוח" (נ''ו, חורף תשע''ט).