אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "סקווירא (הויף)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אמת'ע פאקטן ממקור ראשון, אדער וואס כ'האב אליינס מיטגעהאלטן. מקען עס נאכגיין. און זעהן
א קלייניגקייט
שורה 68:
 
== די היסטאריע אין קורצן ==
אין די תש״ל יארן האט מען זיך צוביסלעך אנגעהויבן בויען דאס חסידות. און די קהילה איז געווען מיט פיל פרעמדע משפחות וואס זיי זענען געווען ענעדרשט בעלזער חסידים אדער סתם עמך בית ישראל, די אלטע רעביצין טראני ע"ה מיט די הילף פון געטרייע עסקנים האבן שווער געארבעט איבער צו מאכען דער ציבור זאל אננעמען די הנהגה פון דעם רבי׳ן שליט"א מ'האט געמאכט א וועד החסידות וואס האט געמאכט פארשידענע תקנות וואס האט געבינדן יעדן צו סקווירער מנהגים סיי אין בית המדרש סיי און שטוב.
 
מ'האט שטארק געפאדערט מען זאל נאר מאכן סקווירא שידוכים,
שורה 102:
דערנאך האבן די ראשי קהילה פארדאמט די מעשה ברבים אין ביהמ"ד ביי א גרויסע אסיפה. און אזוי אויך האבן זיי ארומגעשיקט צעטליך ווי זיי האבן פארדאמט סיי די מעשה פון דעם בחור, און געזאגט אז ס'נאר געווען א ל"ג בעומר שפיצעל... און ס'נישט באמת די דרך פון סקווירא. און אויך שטארק פארדאמט די אלע לשון הרע'ס און איינזייטיגקייט אקעגן סקווירא. אזוי אויך האט מען געהערט פון דער רבי'ס עלטסטע זון, הרב אהרן מענדיל א שמועס ווי ער האט עס פארדאמט. אבער דער משגיח וואס האט אנגהעצט די בחורים איז נישט באזייטיגט געווארען, ער איז נאך משגיח עד היום הזה.
 
דער איד האט אין זיין אנקלאגע קעגן דער סקווירא רבי, אויך אנגעקלאגט דאס וואס ס'איז דא נאר איין מנין אין שטעטל. און דאס וואס ס'איז נאר דא די אפיציעלע חדרים און סקולס פון סקווירא, און געווילט אז יעדער זאל קענען עפענען וואס ער וויל. למעשה האט מען געצאלט שווערע מיליאנען דאלערן, און די אנקלאגע איז געבליבן נאר קעגן די בחור.
 
ווי אויך האט די רבינ'ס עלטסטע אייניקעל הרב יעקב יוסף בן הרא"מ ארויס מיט עטליכע שארפע שמיסען ביי פארשידענע חבורות מסביר צו זיין די טיפע חכמה פונעם זיידען די רבי שליט"א ווי אזוי צו פירען אזא שטעטל, און מסביר געווען אז אזא מין מציאות ווי די סקווערע שטעטל איז בלויז דא איינס אויפן וועלט, אלע אנדערע חסידישע שטעטלעך זענען אדער געבליבן קליין און נישט געוואקסן, אדער איז עס געווארן א שטעטל פאר אלעמען. ממילא איז דא בלויז איין מענטש וואס פארשטייט וויאזוי צו פירן אזא שטעטל, דער וואס האט עס געפירט ביז היינט. און ער האט הייס פארדאמט איינער וואס קלערט אריין צו איז ריכטיג די הנהגה , און מצדיק געווען די סקווירא וועג פון איין גרויסער בית המדרש טראץ וואס צענדליגע דאוונען נישט וועגן מאנגל און פלאץ אדער אנדערע פראבלעמען וואס קומט מיט מיט אזא גרויסער ציבור , אויף א בחינה אין רשות להרהר אחריה, דאס איז ריכטיג און דאס איז טיפע חכמה און ווי קענען קליינע מענטשן וואס האבן נאך קיינמאל נישט געפירט אזא שטעטל זאגען דעה'ס אינדעם.