אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דוד טווערסקי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
היסטאריע אפטייל אריבערגעפירט צו סקווירא (הויף)
שורה 86:
:תורי זהב
:מאור עינים
 
== די היסטאריע אין קורצן ביז אהער ==
הרב דוד טווערסקי האט אוועקגעשטעלט א צענטראלע קאסע, מיטן נאמען '''שקל הקודש''', וואס ווערט אנגעפירט אונטער זיין פערזענליכער אויפֿפאסונג, וואס איז די הויפט שפייזער פאר אלע סקווערער מוסדות, אין שטעטל און אויך איבער דער וועלט.
 
אין די תש״ל יארן האט מען זיך צוביסלעך אנגעהויבן בויען דאס חסידות און קהילה איז געווען מיט פיל פרעמדע משפחות וואס זיי זענען געווען ענעדרשט בעלזער חסידים אדער סתם עמך בית ישראל, די אלטע רעביצין טראני ע"ה מיט די הילף פון געטרייע עסקנים האבן שווער געארבעט איבער צו מאכען דער ציבור זאל אננעמען די הנהגה פון דעם רבי׳ן שליט"א מ'האט געמאכט א וועד החסידות וואס האט געמאכט פארשידענע תקנות וואס האט געבינדן יעדן צו סקווירער מנהגים סיי אין בית המדרש סיי און שטוב.
 
מ'האט שטארק געפאדערט מען זאל נאר מאכן סקווירא שידוכים,
 
מיט יארן שפעטער ווען עס איז שוין נישט געווען קיין פלאץ אין שטעטל האט מען געשאפן א תקנה אז מען קען נישט וואוינען אין שטעטל נאר איינער וואס האט גלערינט אין ישיבה, שפעטער האט מען מער פארצוימט אז נאר איינער וואס ביידע זייטען זענען סקווירא קענען וואינען אין שטעטיל,
 
מ'האט געבויעט מוסדות סקווירא צוערשט אין בארא פארק און ווילאמסבורג און שפעטער האט מען געבויעט שטיבלך ארום די וועלט.
 
צוביסלעך האבן עסקנים פון סקווירא אנגעהויבען מיט פראפאגאנדע מיטלען צו באשרייבן דאס שטעטיל אדער שמחות ביים רבין אין צייטונגען אדער דורך דער טעלוויזיע מען זאל הערן פון סקווירא און די אידישע גאס ווי אויך די וועלט, געוויסע סקווירא חסידים וואס זענען ערצויגן געווארן ביים אלטן רבין האבן געהאלטן אז די מיטלען זענען נישט דער סקווירא דרך און זיך אפגעשאקלט פון סקווירא דורך דעם.
 
ווי אויך האט דער שוואגער די וויזניצער מאנסיער רבי שליט"א מוחה געווען נאך א חתונה הערענדיג אז די חתונה האט מען מיטגעהאלטן דורך דער טעלוויזיע וואס ביי חסידים איז דאס אסור און ביי סקווירא איז דאס געווען זייער הארב אלע יארן, האט די וויזניצער רבי געזאגט אז די זיידעס קומען נישט צו אזא שמחה... האט סקווירא דעמאלט ארויסגעלייגט א נאטיץ אז ס'נישט געקומען אויף זייער פארלאנג, און ווי באקאנט ווען דער רבי זעהט ווי איינער נעמט א בילד פון אים בעט ער אז יענער זאל אויפהערן, ווייל דער סקווירער רבי ז"ל פלעגט אויך נישט לאזן. היינט איז אנדערעשט און קען מען גרינגער כאפן בילדער.און ווי פארשטייט זיך ביי פילע סקווירא מסיבות באשטעלט מען אפיציעל פון הויף פאטאגרפירעס אפצוכאפען די מאורע וואס ווערט ארויסגעגעבען דורך סקווירא בילדער וואס דארף באיינפלוסען עשירים ונגידים, מיט די גיטהייסונג פונעם רבין ווייל דאס איז די טובה פון די מוסדות וחסידות,
 
שפעטער האט סקווירא געהאט גרויסע צרות פון די רעגירונג פראגראמען וואס די רעגירונג האט געהאלטן אז זיי האבן גענימען אויף נישט ריכטיגע נעמען און מ'האט אריינגעלייגט און תפיסה 5 סקווירא אידן און אנדערע זענען אנטלאפין ס'געווען פארן רבין חדשים פון עגמת נפש און צער פילענדיג אלץ נשיא המוסד א אחריות אויף די אומשילדיגע מענטשען די רבי איז געפארן דאן קיין וואשיגטון צו ביל קלינטאן און ער האט געבעטן אזער זאל זיי פארדענען און טאקע נאך זיצען עטליכע יאר האט ער מקצר געווען זייער סענטענסיג,
 
און די ע' יארן האט זיך אנגעהויבן א נייע מערכה ווען פארשידענע סקווירא איינווינער זענען ארויס דאווענען און א אלטערהיים לעבען סקווירא וואס לויט די תקנה אין סקווירא וואס קומט נאך פון דער סקעווערער רבי ז"ל דארפן אלע אידן דאווענען שבת אין די שטאטישע שול. דער רבי האט געהאט זייער פיל עגמת נפש הערענדיג די נייע פירצה אז אידן גייען ארויס דאווענען פון סקווירא, האט די רבי באפוילען די ראשי קהילה און דיינים צו טוען אלעס וואס זיי קענען אפצוהאלטען די אידן פון עובר זיין די סקווירא תקנה, די משגיח אין ישיבה האט שטארק געהעצט בחורים אז מ'דארף טוען אלעס וואס מען קען דער צדיק האט נישט קיין קלארן קאף מען מיז אפהאלטען די עזי פנים, יעדע פרייטאג צונאכטס האבן די בחורים געבראכן פענסטערס און געשטאכען רעדליך פון קארס פון אט די סקווירא איינווינער ווואס זיי גייען שבת ארויס, מ'האט אפי' געזען די קונדער פון רבי'ן האלטן מיט די מחאות און קולות וואס די בחורים מאכן מיט א הנאה, אז ב"ה מ'נעמט זיך אן פאר די כבוד התורה.
 
ביז ליל ל"ג בעומר האט א הויז בחור פון רבי'ן גענומען גאז מיט פייער, פון רבינ'ס שטוב און געוואלט אונטערצינדן די הויז פון איינעם פון די מענטשען, און האט זיך עס נישט גוט אויסגעשפילט, ווייל יענער איז ארויס זיך אנפפערען מיט דער בחור אין ביידע זעען געווארן טיילווייז פארברענט, און דער איד איז דערנאך געלעגן אין שפיטאל א לאנגע צייט, ווייל זיין גאנצער קערפער איז פארברענט געווארען, דאן האט זיך אנגעהויבן א נייע משפט ווי דער איד האט אנגעקלאגט דער סקווירא רבי און דער בחור, האט מען געדארפט צאלען מיליאנן דולער פאר דער נשרף און דאס אלעס איז געפאלן אפען רבין זייער שווער, און דער בחור איז געגאנגען אין תפיסה פאר עטליכע יאר, וואס דער נאך האט מען געטראפן פרישע טענה'ס אז ער איז געווען יונג און מ'האט אים באפרייט פון די פילע יארן.
 
דאנערשטיג נאך ל"ג בעומר וואס איז געווען יענע יאר מוצאי שבת האט דער רבי האט געזאגט נאכדעם ביי א שמיעס אין שטיב פאר א חברה בחורים אז אין סקווירא גייט מען בדרכי נועם מען זאל נישט גיין מיט אלימות און געווינטשען א רפואה שלימה פאר די פאברענטע און מען זאל מערנישט מאכען פאר אים א עגמת נפש. דערנאך האבן די ראשי קהילה פארדאמט די מעשה סיי ברבים אין ביהמ"ד ביי א גרויסע אסיפה, און סיי ארומגעשיקט צעטליך ווי זיי האבן פארדאמט סיי די מעשה פון דעם בחור, און סיי די איינזייטיגקייט, און לשון הרע'ס, ורכילות, וואס ווערט פארשפרייט. אזוי אויך האט מען געהערט פון דער רבי'ס עלטסטע זון, א שמועס ווי ער האט עס פארדאמט. און זינט דעמאלץ איז מער נישט געווען קיין עלימות, טראץ וואס עטליכע אידן דאווענען נאך אן די אלטערהיים
 
אין תשע"ה האט דער רבי געמאכט א נייע תקנה, און געבעטן פון מענטשן אז מ'זאל נישט קויפן קיין הייזער א מייל ארום סקווירא ווייל סקווירא זאל בלייבען עקסטער פון די אידישע מאנסי, עס זאל אנהאלטן די צורה פון א שטעטל, מיט אייגענע גדרים וסייגים, און ווען א מוסד האט געקויפט א מייל אדער ארום א מייל, איז געווען א גאנצע עסק, און סקווירא האט פאר שווערע מיליאנען אויסגעקויפט בנינים פון סאטמאר מהר"א, און מונקאטש, און פיל נאך, כדי צו האלטן קאנטרלירט פון די ארומיגע מאנסי, און די סקווירא חסידים קויפן אפ פילע הייזער אין די געגענט פון סקווירא, און פארדינגען עס פאר גוים. וואס געוויסע אידען וואס האבן אלס ליב צו האבן טענות, אפילו ביי זאכן וואס זענען זיי נישט נוגע, קוקען דאס זייער נעגאטיוו אן. פארוואס דארף מען דא מאכען א טיילונג
 
טראצדעם גייט ארויס יעדן שבת ארויס בערך צוואנציג אידן דאווענען וותיקין, זיי גייען אין די שניי און היץ אבי נישט צו דאווענען אין סקווירא, וואס מ׳שטעלט זיך קרוב צו חצות היום, און רוב שבתים דאווענט דער רבי פארן עמוד תפילת מוסף און עס נעמט זייער לאנג. אין די לעצטערע יארן האבן אסאך אידן וואס האבן זיך נישט געווילט צושטעלן צו די תקנות ארויסגעמופט פון שטעטל, אזוי עס איז שוין רואיגער.
 
==וועבלינקען==