אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יצחק טוביה ווייס"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
פאקטען
שורה 11:
 
אין תשכ"ז איז ער געווארן א מגיד שיעור אין [[ישיבת עץ חיים ווילרייק]] אסאך יארן, און געווארן רב אין [[גער (הויף)|גערער]] שטיבל אין אנטווערפן. שפעטער איז ער געווארן אויפגענומען אלס דיין פון דער דארטיגער [[מחזיקי הדת]] קהילה אונטערן רבנות פון הרב [[חיים קרייסווירטה]]. ער איז נישט געווארן אנטווערפענער רב נאר ארויף קיין ירושלים.
 
'''תורה וחכמה וענווה'''
 
הרב ווייס איז א גרויסער תלמיד חכם וואס אלע זיינע ספרים זענען פיל מיט טיפע הערות, נאך אין אנטווערפין ווען ער האט געדינט אלץ דיין איז ער געווען דער פראקטישעסטע רב וואס האט געדינט דער ציבור מיט ענטפרין זייערע שאלות און הלכה, עס איז באוויסט אז דער פשעווארסקער רבי ר' יעקלע האט אמאל און מיטען א שיעור פון פרקי אבות געזאגט פשט אין די משנה כל הבורח מהכבוד הכבוד בורח אחריו מיינט אזא יוד ווי אונזער דיין ר' טובי' וואס איז בורח מכבוד וסוף הכבוד לבוא, און שפעטער איז דאס טאקע מקיום געווארען ווען ער איז געווארען דער גאב"ד עדה החרדית,
 
פון די צווייטע זייט ווען עס קומט צו זיין מיינוג אין הלכה קען כל הרוחות שבעולם נישט אים ריקען פון זיין ארט, מ'האט דאס געזעהן סיי אין איירופע, נאך אלץ דיין, און נאך פריעד אין געיטסעיד ישיבה, ווי ער האט געשטאנען פעלזען פעסט אויף זיין פסק הלכה,
 
און ארץ ישראל ביי פארשידענע חלוקי דעות אין הלכה, האט מען געזעהן אז אים קען מען נישט ריקען, אבער מיט פיל חכמה קיינמאל קיינעם נישט באליידיגט קיינעם נישט פערזענדליך אבער שטארק מיט זיין מיינוג ווי א אלטע פארצייטישע רב, ער האט זיך נישט צוריק געהאלטן אנצופרעגען הרב וואזנער זצ"ל זיין מיינוג אויב ער איז גערעכט אויב נישט מיט פיל ענווה און אמת.
 
אויך ביי די סאטמאר מחלוקה האט ער זיכער געמאכט לגבי די שאלה אין בני ברק אז ס'זאל קומען צו א רבנישע בית דין, ווי ער האט ממנה געווען הרב נפתלי פרענקל ז"ל פון די עדה החרדית אלץ ראש הבית דין און דערפאר זענען די ארונישע פראקציע זייער בייז הלמאי זיי האבען אים אריינגברענגט אלץ רב און דא שטייט די רבי נישט צו זייער זייט, אבער ער האט נאר געהאלטען אז ער איז נייטראל, און ער וויל נאר בית דין וואס איז נייטראל זאל דאס פסק'נן, די בית דין האט זיך אויפגעלעזט ווען איין צד האט געזהן א זיכערע פארלוסט, און מוותר געווען אויף זייערע תביעות.
 
'''ספר רבנו הגדול אמרו'''
 
די תלמידים פון די רב האבען ארויסגעגבען א שיינע ספר אלע זיינע מעשיות וואס ער פארציילט פון זיינע יוגענט און פון זיינע רבי'ס וואס איז פארכאפט געווארען צווישען טויזענעטר יודען, מעשיות מיט זייער א ארגינעלע טעם.
 
'''קופת הגאב"ד'''
 
און ניו יארק און לאנדאן האבען די מקרובים פון די רב מייסד געווען א קופת צדקה ווי דער רב שליט"א טיילט אויס טויזענטער דולער פאר עניי ירושלים פאר ימים טובים, די קופה האט א וועד הרבנים צווישען זיי הרב חיים פלאהר ראש כולל זכרון מנחם, הרב טורדוס זילבער יאווזשנע רב , הרב מאיר יודא טענענבוים טשאטא רב, וואס זיי שטעלן צוזאם די געלט, ווי אויך רופט די רב פערזענדלך נגידים פון איבער די וועלט צו העלפען די קאסע, און די רב פערזענדליך שטייט און שפיץ פון די ליסטע זיכער מאכען אז אלע תלמידי חכמים אין שטאט באקומען בדרך כבוד פאר יום טוב.
 
'''נשיאות שומרי החומות'''
 
די כולל שומרי החומות האט נאר געהאט נשיאים פון חוץ לארץ, די לעצטע יארן האט מען ממנה געווען צוויי רבנים אויך פון ארץ הקודש דאס איז דער רב הרב ווייס צוזאמען מיט להבחל"ח הרב שמואל וואזנער זצ"ל נאך זיין פטירה איז געבליבען נאר הרב ווייס צו זאמען מיט די נשיאים פון חוץ לארץ
 
דער רב איז באהאוונט אין זיבן שפראכן: [[יידיש]], [[ענגליש]], [[לשון הקודש]] און [[העברעאיש]], [[דייטש]], [[פלעמיש]], [[אונגאריש]] און [[טשעכיש]].
 
נאך זיין וויב'ס פטירה האט ער געהייראט בזיווג שני רייזל, די אלמנה פון [[אוריאל צימער]].
 
דערנאך האט ער געהייראט בזיווג שלישי מיט די אלמנה פון הרבני וואלף בער לעבאווויטש ע"ה א טאכטער פון הרב פעלדמאן ז"ל פון סיגעיט, ער איז געווארען א שוואגער פון הרב מייזליש דער סיגעיטר רב
 
{{גרונטסארטיר:ווייס, יצחק}}