אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "בוני עולם"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
וויקילינק
פיל פונקטען
שורה 1:
'''בוני עולם''' איז איינע פון די ארגאניזאציעס וואס העלפט ארויס אידישע [[פארפאלק]] וואס [[אומפרוכפערקייט|האבן נישט קיין קינדער]] צו קענען האבן קינדער, דורך עצות, הילף צו טרעפן [[דאקטער|דאקטוירים]], און פינאנציעלע הילף.
 
די מוסד איז נתייסד געווארען מיט פיל כוחות פון דעם באגאבטען מנהל ומייסד הרב שלמה באכנער שליט"א וואס איז ברייט באוויסט מיט זיינע הארציגע דרשות ביי די בוני עולם דינערס וואס קיינער וויל נישט פארפאסען א ווארט פון זיינע הארציגע דיבורים וואס איז יוצא מהלב ונכנסים ללבות רבבות ישראל,
 
יעדער איינציגער באדערפער וואס בוני עולם העלפט, קאסט אפ הונדערטער טויזנטער דאלארן, אבער די רעזולטאטן וואס בוני עולם האט געברענגט, צייגט אז ס'ווערט יעדע פרייז, אין די צייט וואס אמאל איז דאס געווען פארפאלענע זאך, איז דורך בוני עולם שוין געבוירן געווארן געזונטע קינדערלעך אין די הויכע נומערן כן ירבו בישראל.
 
בוני עולם העלפט בעיקר ביי די ערשטע קינד, ביי די צווייטע און דריטע העלפען זיי מיט עצות והלוואות, אבער נישט מיט געלט ווייל ס'פשוט נישט מעגליך,
 
'''דינער און פלינטראפען'''
 
ביי אלע דינערס פארזאמלען זיך טויזענטער אידען צו מחזק זיין די מוסד בוני עולם וואס יעדר שעצט און איז מחשיב, עס ליגט נאך און די ביינער די חיזוק ווען האדמור מהרנ"ץ מבאבוב זצ"ל איז ספעציעל געקומען בשארית כוחו אדער אנדער זקני גדולי ישראל וואס האלטן אז די מוסד איז זיייער חשוב און הייליג און רעכט אויף טוזענטער אידישע שטובער, ביי פארשידענע דינער'ס איז געווען א סופרייז ווען גרויסע פלינטראפען האבען מנדב געווען א מיליאן דולער דארט אפען פלאץ ווילענגיד מחזק זיין אזא הייליגע ארבעט,
 
'''קריטיק און ענטפער'''
 
צווישען אלע רבנים און גדולי ישראל וואס שטיצען און רימען אויס דער מוסד בוני עולם איז דא אבער איין רב הרב חיים לייב כ"ץ סערדיהעלער רב שליט"א פון בארא פארק וואס טומעלט זייער אקעגין די מוסד בוני עולם, און כסדר האלט ער דרשות, און גייט באזוכען רבנים, און אלארימירט אז בוני עולם טוט און פראקטאצירט זאכע וואס עס נישט אויסגעהאלטען, ער האט ארויסגעגעבען א ספר מיט די נאמען "זרעו לפניך יכון" וואס דארט האט ער אפגעשריבען אלע זיינע טענה'ס א'קעגין בוני עולם און די ארגענזאציעס וואס העלעפן פארפעלקער צו האבען קינדער, ער איז געפארען צו ארץ ישראל זיך טרעפן מיט הרב וואזנער זצ"ל ווייל ס'איז דא פארשידענע גרסיות איבער זיין מיינוג, זיין גרויסער תלמיד הרב משה שאול קליין שליט"א האלט אז הרב וואזנער זצ"ל איז געווען א שטארקע פארהערער פון די מוסד און הרב קליין איז געקומען סעפציעל צו פארען צו א בוני עולם דינער און ברוקלין איבערגעבען די מיינוג פון זיין רבי'ן, אבער הרב כ"ץ ווייסט צו זאגען אז אנדערע תלמידים האלטן נישט אזוי,
 
אבער ווען הרב כ"ץ איז געפארען קיין ארץ ישראל האט ער זיך נישט געטראפען מיט הרב וואזנער זצ"ל ס'האט געהייסען אז הרב וואזנער זצ"ל האט נישט כח געהאט זיך צו איינטענה'ן מיט הרב כ"ץ.
 
ווי אויך פאריפט זיך הרב כ"ץ אויף א פסק הלכה פון די חזון איש זצ"ל אבער די ענטפער איז אז די היינטיגע מעטאדען איז נאך נישט געווען בימים ההם, ואין הנידון דומה לראי' בכלל,
 
אבער פון די צענדליגער רבנים וואס האבען ג'חתמט לטובת הרב כ"ץ אויף א קול קורא אויף א פארווע נוסח מ'זאל פרעגען א רב ובעל הוראה מובהק, ווייסט מען אז זיי אליינ'ס האבען דאס געטון נאר לכבודו, אבער באמת שטיצען זיי שטארק בוני עולם און שיקען זייערע אינגעלייט ווען מ'דארף הילף צו בוני עולם, און זייערע דיינים זענען פון די פירענדע רבנים אין בוני עולם און זיי האלטן נישט אז באמת איז די קריטיק איז א ריכטיגע אדער א אמת'ע.
 
צווישען די רבנים אויף די באורד פון בוני עולם ווערט פאטרעטען אלע גרויסע קהלות ווי סאטמאר, סיי פון קהל מהר"א, און סיי פון קהל מהרי"י, באבוב, בעלזא, סקווירא, וויזניץ ,פאפא, און פיל נאך
 
בראש פון די רבנים און אמעירקע שטייט דער סקווירא דיין הרב מיכל שטיימענץ שליט"א און ארצה"ק איז הרב משה שאול קליין שליט"א, ווי אויך די אנדערע דיינים הרב חיים דוד כ"ץ שליט"א סאטמאר ב"פ, און הרב אברהם הערש וואזנער שליט"א סאטמאר מאנסי, הרב שרגא האגער מקאסוב שליט"א וויזניץ מאנסי, הרב משה מנחם ווייס שליט"א פון פאפא, און הרב חיים יעקב טויבער שליט"א פון באבוב ,
 
== וועבלינק ==