אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "נחמן מברסלב"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 60:
ביי די צוואנציג יאר האט ער געזאגט ער שפירט קיין שום טעם אין עסן, ווען עס קומט די צייט פון עסן ווערט אים שווער אויפן הארצן אוי מען גייט שוין עסן, ער דערמאנט זיך גראד וואס וועט ווערן פון עסן, ער מוז שוין אויפהערן טראכטן פון עסן, ווייל ער קען נישט עסן מער, אויב ער טראכט נישט פון עסן קען ער עפעס שנעל ארייכאפן צו עסן. ער האט געזאגט אויף זיך אין זיינע עלטערע יאָרן: איך בין א ריין פעלעכעל, דאס הייסט זיין גוף איז אזוי אויסגעארבייט אינגאנצן ריין, עס האט נישט קיין שום שמעק פון א בהמה און פון גשמיות.
 
* '''===תורה'''===
זיין תלמיד ר' נתן שרייבט: זיין גרויסע בקיאות אין דער תורה איז געווען אהנע שיעור, עס געפינט כמעט נישט אזעלכע סארט אין קיין ספרים, מען האט געזעהן אז ער האט די גאנצע תורה פאר זיך, ספעציעל תנ"ך, עין יעקב, זוהר וכתבי אר"י, עס האט זיך געדוכט ווי אלעס ליגט פאר אים אויפן טיש, און ער קען נעמען דערפון וואס ער וויל. אביסל קען מען דאס זעהן אין זיינע וואנדערליכע ספרים (שבחי הר"ן סי' יא).
 
ער פלעגט לערנען מיט א אויסערגעוונענליכע התמדה און מיט א שנעלקייט, אין א שעה האט ער געלענערט עטליכע דפים פון שולחן ערוך מיטן די מפורשים, בשעת מענטשן פלעגן זיך גרייטן צום דאוונען האט ער שוין געפארטיגט פיהר בלאט גמרא.
 
ר' נחמן האט זיך אסאך געפירט אויפן דעם דרך פון [[התבודדות]]. {{הויפט ארטיקל| התבודדות}}
 
* '''===האראוועניע'''===
ער פלעגט אסאך צו פאסטן, גאנצע וואכן פלעגט ער פאסטן, זיין סדר איז געווען א במשך פון א יאָר האט ער געפאסט אכצין מאל משבת לשבת, אהן קיין הפסקה, חוץ דעם וואס ער האט גפאסט א תענית דא און א תענית דארט. ער פלעגט זאגן אין עלטערע יאָרן "איך האב זייער פיהל געהארעווט, איך האב פיל געפאסט. קיינער האט נישט געוואוסט אז ער פאסט נאר זיין ווייב סאסשע, ער האט אים באשווארן זי זאל פאר קיינעם נישט דערציילן. עס האט זיך געמאכט ווען ער האט געפאסט א גאנצע וואך, און ערב שבת פארן אויספאסטן איז ער געגאנגען אין מקוה געבראכן די אייז און זי געהאלטן דארט פאר איבער צוויי שעה וואס אפילו א געזונטער מענטש וואס עסט געהערריג קען דאס נישט באוואזן.
שורה 216:
די ריכטיגע סיבה פארוואס די גרעסטע צדיקים פון אוקריינא - ווי ר' נחמן איז אויפגעקומען מיט זיין נייע דרך - זענען געווען ממש פייער אקעגן עהם און בעיקר אקעגן זיין נייע דרך, איז יארן לאנג דערשטיקט געווארן, פון פארציילט ווערן, און די ברעסלעווע חסידים פלעגן - אזויווי ר' נחמן אליינס - זאגן אייגענע טעמים לטובתם.
 
וואס איז זיכער, אז אפילו היינט, זענען היבש גרויסע הויפן, זייער שארף קעגן דעם ברעסלאווער דרך, און זענען לחלוטין אפגעטיילט דערפון. צווישן די באקאנטע הויפן וואס שטייען ווייט פון דעם דרך, זענען [[סלאנים]], [[בעלזא]], [[קלויזנבורג]], [[טאהש]], [[טשערנאבל]] - וואס אין דעם איז נכלל(כולל [[ראכמסטריווקאראחמיסטריווקא]] און [[סקווירא]]), [[וויזשניץ]], און נאך. די אונגארישע און פוילישע הויפן, האבן זיי נישט געקענט פון דער נאנט, און בכלל האט מען נישט גערעדט דערפון, האבן זיי זיך נישט ארויסגעשטעלט שארף.
 
==ברסלב היינט ==
ס'געווען הרב שיק פון יבניאל, אבער ער איז נפטר געווארן.
== זיינע ספרים ==
זעה [[ליקוטי מוהר"ן]] [[S:סיפורי מעשיות|סיפורי מעשיות]]
 
==זעט אויך==
* [[התבודדות]]
 
==וועבלינקען==
* [[הלל צייטלין]], ''[http://archive.org/stream/nybc200230#page/n10/mode/2up רבי נחמן בראסלאווער, דער זעער פון פאדאליע]''
שורה 227 ⟵ 229:
 
== רעפערענצן==
{{רעפליסטע}}
<references/>
 
[[קאטעגאריע:קעגנערשאפט]]
[[קאַטעגאָריע:אייניקלעך פון בעש"ט]]