אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "נחמן מברסלב"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 27:
 
== בר מצוה און חתונה ==
 
ר' נחמן האט בר מצוה געהאט ר"ח ניסן [[ה'תקמ"ה]] שבת פרשת ויקרא, פרשת החודש, אויף דעם שבת איז געווען ביי אים זיין פעטער דער [[דגל מחנה אפרים]] און האט אים געזאגט מוסר און געמוטיגט אין עבודת ה', ער האט אים דערמאנט דעם פסוק ה' אמר אלי בני אתה אני היום ילדתיך, און נאכגעזאגט דעם זוה"ק אז דאס גייט ארויף ווען איינער ווערט בר מצוה. ר' נחמן האט זייער געליבט א גאנץ לעבן די טייערע רייד פון זיין פעטער.
 
שורה 43 ⟵ 42:
 
== זיין עבודת ה' ==
 
* '''אפגעשיידט פון גלוסטיגקייט'''
ר' נחמן איז געווען א חידוש אינעם ענין פון נישט האבן קיין שייכות מיט גלוסטוגקייטן פון די וועלט, ער האט גוט פארשטאנען צו תאוות פון משגל דאס הייסט נאכגעבן די תאוות, און האט אסאך ארוםגערעדט וויאזוי זיך דעווייטערן דערפון. ער פלעגט דערמאנן דעם זוה"ק עיקרא דיצרא בישא על עריין, דער עיקר יצר הרע איז אויף עריות. ער האט זיך אזוי אויסגעאיידלט אין דעם ענין עז ער פלעגט זאגן אז אצינד איז עס ביי מיר בכלל נישט קיין נסיון, עס איז נישט קיין חילוק ביי מיר צווישן א זכר און נקבה צווישן א מאנס פארזשוין און א פרוי. אויך פלעגט ער זאגן ווער עס איז א אמת'ער חכם אין דאקטעריי און ווייסט וויאזוי דער סדר פון אלע אברים פון א מענטש איז צוזאמענגעשטעלט ביי אים איז די תאווה מיאוס און עקלדיג. מען קען נישט רעדן דערפון צו פשוטע מענטשן ווייל ווען מען הייבט אן פארשטייען זיי גארנישט וויאזוי עס קען זיין אזא זאך, אבער א אמת'ער קלוגער מענטש פארשטייט, אויך האט ער געזאגט עס מוז זיין א סוד פארוואס דאס איז א תאווה ווייל אין פשטות פארשטייט ער נישט פאר וואס דאס איז א תאוה.{{הערה|זעט אויך ליקוטי מוהר"ן ח"א סי' ע"ב}}
שורה 56 ⟵ 54:
 
* '''תאות אכילה ושינה'''
 
אויך אין עסן און טרינקן און שלאפן איז געווען א חידוש גדול, אנהייב האט ער זיך זייער געפלאגט מיט תאוות אכילה, עס האט זיך אים געדוכט אז ער וועט קענען ארויסקריכן פון אלע סארט תאוות אבער נישט פון עסן, ביז ער האט זיך געבראכן אינגאנצן, ער פלעגט ממש גארנישט עסן, דאס ביסל האט זיך געמוזט אריין שטופען ער זאל זיך דערהאלטן ביים לעבן. ער פלעגט זיך מוזן פלאגן צו עסן. שפעטער ווען ער שוין געבראכן די תאוה אינגאנצן האט ער געמוזט עסן ווייל זיין גוף האט עס פארלאנגט אבער זיין גוף איז שוין נישט געווען געוואנט צו עסן, און האט זיך געמוזט באגענוגן מיט גאר א ביסל.
 
שורה 62 ⟵ 59:
 
ביי די צוואנציג יאר האט ער געזאגט ער שפירט קיין שום טעם אין עסן, ווען עס קומט די צייט פון עסן ווערט אים שווער אויפן הארצן אוי מען גייט שוין עסן, ער דערמאנט זיך גראד וואס וועט ווערן פון עסן, ער מוז שוין אויפהערן טראכטן פון עסן, ווייל ער קען נישט עסן מער, אויב ער טראכט נישט פון עסן קען ער עפעס שנעל ארייכאפן צו עסן. ער האט געזאגט אויף זיך אין זיינע עלטערע יאָרן: איך בין א ריין פעלעכעל, דאס הייסט זיין גוף איז אזוי אויסגעארבייט אינגאנצן ריין, עס האט נישט קיין שום שמעק פון א בהמה און פון גשמיות.
 
 
* '''תורה'''
שורה 68 ⟵ 64:
 
ער פלעגט לערנען מיט א אויסערגעוונענליכע התמדה און מיט א שנעלקייט, אין א שעה האט ער געלענערט עטליכע דפים פון שולחן ערוך מיטן די מפורשים, בשעת מענטשן פלעגן זיך גרייטן צום דאוונען האט ער שוין געפארטיגט פיהר בלאט גמרא.
 
* '''תפלה'''
 
* '''התבודדות"
 
ר' נחמן האט זיך אסאך געפירט אויפן דעם דרך פון [[התבודדות]]. {{הויפט ארטיקל| התבודדות}}
 
 
* '''האראוועניע'''
שורה 86 ⟵ 77:
 
די לעצטע יארן פון זיין לעבן האט געהאט א לונגען קראנקייט און האט געשפיגן אסאך בלוט, ער איז געווען זייער אפגעשוואכט, ער האט אסאך געליטן יסורים אזוי ווייט אז פאר גרויס יסורים האט געקענט צובייסן א האלץ, אבער ווען ער האט געוואלט האט ער אוועקגעשיקט די יסורים, און פלוצלונג האט ער געקענט באווייזן אז ער איז געזונט און שטארק עס פעלט אים גארנישט, ווען ער האט געוואלט האט ער צו זיך גענומען די יסורים (שבחי הר"ן ח"א), אזא מדריגה געפונען מיר ביי די גרויסע תנאים ר' אלעזר ב"ר שמעון בן יוחאי אין מסכת ב"מ דפ"ד.
 
== פון זיינע גרויסע מדריגות ==
 
* פדיון נפש
שורה 119 ⟵ 108:
 
== זלאטיפאלי ==
 
ווען ר' נחמן איז צוריק געקומען פון חמעלניק, פון דער חתונה פון זיין טאכטער איז ער גלייך געפארן קיין [[זלאטיפאלי]], דאס איז א שטעטל אין אוקריינא וואס איז זייער נאנט צו דעם שטעטל [[שפאליע]], עס טיילט אפ צווישן זיי אכט און צוואנציג קילאמעטער, ער איז אנגעקומען פלוצלונג ער האט פאר קיינעם נישט געמאלדן אז ער וויל זיך דארט באזעצן, ער האט דארט געדוגנען א דירה, געווען איז דאס זומער אין יאָר [[תק"ס]]. אבער די שטאט מענטשן האבן אים אויפגענומען זייער בכבוד. אויף [[ראש השנה]] שנת [[ה'תקס"א]] זענען געקומען אסאך חסידים, ווייל ר' נחמן האט זייער געפרעדיגט אז מען זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, די שטאט מענטשן האבן פארבעטן ר' נחמן ער זאל קומען דאווענען אין שטאטישע שוהל, ווייל דארט איז דא א ברייט פלאץ, זיי האבן אים איבערגעגעבן אלע כיבודים, אלע בעלי תפלות און בעלי תוקעים אלעס זאל ר' נחמן מיט זיינע חסידים פירן, ר' נחמן האט געזאגט אויף ראש השנה די תורה ויתן עוז למלכו וירים קרן משיחו (די הפטורה פון דעם ערשטן טאג ראש השנה), די תורה איז געדרוקט אין [[ליקוטי מוהר"ן]] ח"א סי' ע"ח.
 
שורה 150 ⟵ 138:
אויפן וועג פון זלאטיפאלי קיין בראסלעוו איז ער דורך געפארן די שטאט [[אומאן]]. און האט דארט געזאגט זיין באגער אז ער וויל דארטן ליגן נאך זיין הסתלקות.
 
== ברסלבברעסלאוו ==
דער צדיק ר' [[ברוך ממזעבוז]] איז געווען א פעטער פון ר' נחמן, עס האט אים זייער וויי געטוהן פאר וואס מען רודפ'ט זיין שוועסטער קינד ר' נחמן, האט ער געשריבן בריוו צו די רייכע לייט פון ברעסלאוו, [[אברהם פייעס]] און [[משה חינקיס]], און זיי פארגעשלאגן זיי זאלן רופען צו זיך אין זייער שטאט דעם צדיק ר' נחמן, זיי זענען ארובער געגאנגען צו ר' נחמן און אים פארבעטן צו קומען וואוינען קיין ברסלב, [[משה חינקיס]] האט צוגעזאגט צו געבן פאר ר' נחמן יעדער וואך א רענדל, אזוי איז טאקע געווען ר' נחמן האט זיך געצויגן פון זלאטיפאלי קיין [[בראסלעוו|ברסלב]].
 
שורה 161 ⟵ 149:
דאס פונקטליכע ארט ווי מ'האט עהם באערדיגט, איז אין א קאנטראווערסיע, דאס הייסט אז ער ליגט טאקע אין אומאן, אבער אויף א אנדערע ארט וואס איז אנגענומען ביז היינט.
אומאן איז נישט געווען קיין שטאט פון זיינע חסידים, ממילא האט מען יארן לאנג נישט געקענט בויען דארט א נארמאלע מציבה, און שפעטער איז ארויסגעקומען די טעות, אז מ'האט געבויעט א אוהל אויף א אנדערען ארט.
 
== זיין דרך ==
 
* '''זיין וועג מיט זיינע חסידים'''
ר' נחמן איז געווען א אייגענארטיגע רבי, אנדערש ווי אנדערע רביים אין זיינער צייט, ער האט געזאגט, אז באמת איז נישט געווען און וועט נישט זיין אזויווי עהם ביז משיח וועט קומען, איינע פון די זאכן איז געווען אז ער פלעגט ארום רעדן זייער אסאך פון עבודת ה', וויאזוי צו דינען השי"ת, וויאזוי אנטלויפן פון דער וועלט, און אז עס איז נישט דא קיין אנדער תכלית נאר עבודת ה', חוץ דעם איז אלעס נארישקייטן, הבל הבלים, דערמיט האט ער ארייןגעצויגן אין זיינע חסידים א פייער און א גלוסטעניש צו השי"ת מען זאל אלעס אפלאזן נאר נאכלויפן דעם אייבערשטן.
שורה 242 ⟵ 228:
== רעפערענצן==
<references/>
[[קאטעגאריע:התנגדותקעגנערשאפט]]
[[קאַטעגאָריע:אייניקלעך פון בעש"ט]]
[[קאַטעגאָריע:רוסישע אדמורי"ם]]