אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יאסיר אראפאט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ Removing Link FA template (handled by wikidata) - The interwiki article is not featured
איינסזייטיגקייט אראפגענומען
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל־אנווענדונג רעדאַקטירונג
שורה 26:
נאך 4 יאר אין זיין פעטער'ס הויז האט אים זיין טאטע צוריקגענומען קיין קאריא וואו ער האט אים געשיקט צו זיין עלטערע שוועסטער צוזאמען מיט זיינע אנדערע געשוויסטער. אראפאט האט קיינמאל נישט דערמאנט זיין פאטער וועלכע איז נישט געווען נאנט צו זיינע קינדער. ווען זיין פאטער איז געשטארבן אין 959' האט אראפאט זיך נישט געוואלט באטייליגן אין זיין באגרעבעניש צערעמאניע.
 
אראפאט האט זיך באלד באשעפטיגט מיט שמוגלן וואפן צו די פאלעסטינער קעמפער וועלכע האבן דאס גענוצט קעגן די בריטישע סאלדאטן און די אידן. ווען די באפרייאונג'ס מלחמה האט אויסגעבראכן אין 948' האט אראפאט איבערגעלאזט זיין שולע און איז געגאנגן קעמפן קעגן די ציוניסטישע מיליטער אין עזה. ווען די מלחמה האט זיך געענדיגט מיט א שטארקע דורכפאל פאר די פאלעסטינער און די גרינדונג פון די ציוניסטישע מדינה (ליידער) האט אראפאט דאס נישט געקענט אויסהאלטן און האט אפעלירט פאר א וויזע קיין אמעריקע וואו ער איז געפארן שטודירן אין די אויניווערסיטי אוו טעקסאס ווא ער האט צוריקבאקומען זיין האפענונג און חלומות פאר א פאלעסטינער שטאאט. נאך עטליכע יאר האט ער זיך צוריקגעקערט קיין קאריא און איז באלד געווארן א פירער פאר פאלעסטינער סטודענטן און ווייטער שטודירט ענדזשינירונג.
אראפאט האט גראדואירט פון קאלעדזש אין 956' און האט געפינען א דזשאב אין עגיפטן אבער ער האט זיך קורץ דערנאך אריבערגעצויגן קיין קואוועיט וואו ער האט געארבעט פאר די רעגירונג. א צייט שפעטער האט ער געעפענט א קאנטראקטינג פירמע אין וועלכע ער האט שטארק מצליח געווען אבער ער האט קיינמאל נישט אראפגענומען זיין קאפ פון די קאנפליקט אין פאלעסטיין און אין זיין פרייע צייט האט ער געטאן אקטיוויטעטן פאר די פאלעסטינער טעראריסטן און גענוצט זיין גאנצע געלט דערפאר.