אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "צייטונג"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ Bot: Migrating 1 interwiki links, now provided by Wikidata on d:Q11032
שורה 27:
א פאפירענע צייטונג האט אַן ארגינעלן חן וועלכע די עלעקטראנישע מעדיע קען נישט אוועקנעמען. ליינער גלייכן דעם פאפיר און די וועג וויאזוי מען ליינט א צייטונג. מען קען אויפמישן און צוריקמישן שנעל, מען קען אויסשניידן דאס וואס מען וויל האלטן, און מען קען עס איינקנייטשן ווי אזוי עס איז באקוועמער, און מען קען עס מיטנעמען ווי אימער מען וויל. עס קלינגט נישט אזוי געשמאק א לעפטאפ ביי נאכטמאל, און ווי געשמאק איז א צייטונג ביי די זייט.
 
יעדע צייטונג און אויסגאבע קומט ארויס פון דרוק נאך אסאך ארבעט, אבער ספעציעל זענען אינטערעסאנט די טעגליכע צייטונגן וועלכע קומען ארויס פריש יעדן אינדערפרי מיט צענדליגער בלעטער אנגעפילט מיט די נייעסער וואס זענען זיך פאַרלאָפן אינעם נעכטיגן טאג ווי אויך ארטיקלען און אנאליזן.
 
היינט זענען פארהאנען א לאנגע רייע מיט צייטונגען, אין יעדן הויפט שטאט איבערן וועלט, און די בעסטע זענען אויסגערופן ביי זייערע נעמען, און זייער ספעציאליטעט.
 
ס'דא וואס זענען מיינסטענס פאר [[פאליטיק]], אדער [[פארוויילונג]] און דאס גלייכן, און ס'דא וואס האבן אלעס אין איין באנד. א ארט ווי עס איז אויסגערופן אלץ ספעציעלע ארט פאר אנשויאונג, דארט זענען פארהאנען ספעציעלע דזשורנאלן פאר דעם צוועק.
 
דא זענען עטליכע באקאנטע פארוויילונגס צייטונגען:
 
[[אינטערטעינמענט וויקלי]]
 
[[ווערייעטי]]
 
== די נייעס און די וואס באריכטן דאס ==