אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קאנאדע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
פארראכטן רעפערענץ
שורה 138:
 
 
== עטניקעטנישע גרופעס און קאמפאזיציע ==
 
די עטנישע קאמפאזיציע פון די קאנאדער מענטשן איז כלערליי. די צוויי גרעסטע גרופעס, די בריטישע און פראנצויזישע אפשטאמיגע, מאכן אויס 35 און 25 פראצענט פון די באפעלקערונג. רוב פראנצויזן וואוינען אין קוויבעק, וואו זיי מאכן אויס ארום 80 פראצענט פון די באפעלקערונג. נאך גרויסע גרופעס פון פראנצויזן וואוינען אין ניו בראנסוויק און אין אנטעריא און דאס איבעריגע וואוינען צושפרייט אין גאנץ קאנאדע. די גרעסטע גרופע פון פראנצויזן אין מערב קאנאדע וואוינען אין א קליין שטעטל אין וויניפעג, זיי ציילן ארום 45,000. דער חילוק צווישן די פראנצויזן און די ענגלישע זענען, אז די פראנצויזן זענען א קולטורע גרופע וועלכע האלטן זיך מיט זייער שפראך, היסטאריע, און רעליגיע. די ענגלישע זענען אבער נישט אזוי, קיינער האט נישט קיין שום געפיל אדער שייכות מיט בריטען.
אנדערע עטניקס אין קאנאדע זענען די אייראפעאישע וועלכע מאכן אויס 20 פראצענט פון די באפעלקערונג. רוב אייראפעאישע קומען פון דייטשלאנד, איטאליע, און אוקריינע. 8 ביז 10 פראצענט פון דידער באפעלקערונג זענען אזיאנער אפשטאמיגע. זיי קומען פון האנק[[האנג קאנג]], [[אינדיע]], [[כינע,]] און [[טייוואן]]. די איבעריגע זענען פון איבער דידער גאנצעגאנצער וועלט. די גרעסטע טיילן זענען פון אמעריקע, לאטיין אמעריקע, און אפריקע.
 
פיר פינפטלעך פון קאנאדישע פראנצויזן וואוינען אין קוויבעק, אלע פראנצויזן וואס וואוינען אין די אנדערע פראווינצן קוקן אויך ארויס אויף קוויבעק אלס זייער צענטער פון קולטור און סאסייאיטי. די קוויבעקער פראנצויזן, וועלכע זענען ארומגענומען מיט ענגליש רעדנדיגע שכינים און געניסן פון אן עקענאמיע וועלכע איז דאמינירט דורך ענגליש רעדנדיגע עליטע, האבן אנגעהויבן זיך צו שטארקן אין 960', וועלנדיג באקומען א שטערקערע קאנטראל אויף די קוויבעקער געשעענישן. ערשט האבן זיי אנגעהויבן מיט עפענען סקולס און געבן הילף פאר פראנצויזיש רעדנדיגע קליינע ביזנעסער און מיט דער צייט האט זיך אנגעהויבן פארעמען א גרופע פון סעפערעטיסטן וועלכע האבן געהאט אין ציל צו מאכן קוויבעק א פראנצויזיש זעלבסשטענדיגע לאנד. אנדערע מער מעסיגע פראנצויזן האבן אנגעהויבן בונטעוון מיט אן אנדערן פלאן וועלכע זאל נישט אפטיילן קוויבעק פון קאנאדע, אבער זי זאל באקומען מער לאקאלע רעגירונג מאכט ווי סיי וועלכע אנדערע פראווינץ. די מינאריטעט פון ענגלישע קוויבעקער זענען פארשטייט זיך געווען קעגן די אלע פלענער און האבן געקעמפט מיט ציין און נעגל צו שטערן די וויסטע פלענער וועלכע האבן אנגעהויבן צו באקומען מער און מער שטיצע. אויך די ענגלישע פון גאנץ קאנאדע זענען געווען שטארק דערקעגן און האבן אפילו נישט מסכים געווען צו לאזן קוויבעק באקומען מער לאקאלע מאכט ווי זייערע פראווינצן.
 
מיט די יארן זענען די פראנצויזן שטערקער געווארן און האבן געגרינדעט די קוויבעקיא פארטיי און שפעטער די בלאק קוויבעיאס וועלכע רעפרעזענטירט איר אין די פעדעראלע פארלימענט. די אנגייענדיע אקטן פון די קוויבעקער און שפעטער די דורכגעפאלענע רעפערענדומס האבן געברענגט א היסטארישע אומצוטרוי צווישן די ענגלישע און פראנצויזישע קאנאדער. קוויבעק האט אויך פארלוירן איר פריינטשאפט מיט אנדערע מינאריטעט גרופעס אין קוויבעק. אזוי ווייט, אז איינע פון די קרי פירערס האט געמאלדן אז אויב קוויבעק טיילט זיך אפ פון קאנאדע וועט זי זיך אפטיילן פון קוויבעק. די קוויבעקער האבן געטאן אלס וואס מעגליך צוזאמען צוהאלטן קוויבעק אין פאל זייער חלום וועט צושטאנד קומען איין טאג זאלן זיי נישט בלייבן אויסגעשפילט ווען טיילן פון איר זעלבסט וועלן איר איבערלאזן. א ביישפיל פון אזא פאל איז געווען מיט איין יאר צוריק ווען די קוויבעקער רעגירונג האט צוזאמענגעשמאלצן אלע שטעטלעך פון מאנטרעאל און אירע ארומיגע סובורבס צו עטליכע גרויסע שטעט, אויס מורא אויב קוויבעק וועט אמאל ווערן זעלבסטשטענדיג זאלן די ענגליש רעדנדיגע באראס זיך נישט קענען אפטיילן און צוריקגיין אונטער די קאנאדישע פעדעראלע רעגירונג. (מער וועגן די פראנצויזן און זייער לאנג יעריגן היסטאריע און פאליטיק וועט נאכפאלגן טיפער אינעם ארטיקל).
 
די שווארצע זענען קיינמאל נישט געווען קיין ערנסטע פראצענט אין קאנאדע'ס באפעלקערונג אבער זייער היסטאריע איז זייער אינטערעסאנט. די ערשטע שווארצע זענען אנגעקומען אין קאנאדע אין 689' ווען א גרופע פליטים פון די היסטארישע אמעריקאנער רעוואלוציע האבן מיטגעברענגט מיט זיך זייערע קנעכט און זיך באזעצט אין קאנאדע. יענע צייטן זענען געווען זייער אנגעצויגענע ווייל בריטען האט געקעמפט צו האלטן קאנטראל אין קאנאדע אז די פראנצויזן זאלן נישט פארשפרייטן זייערע פליגלן ארויס פון די קוויבעקער גרעניצן. אויך אין אמעריקע האט בריטעןבריטאניע אנגעפירט קאמפיינען אנצוהאלטן איר עמפייעראימפעריע אין אלע שטעט. אלע שווארצע וואס האבן צוגעהאלפן בריטעןבריטאניע אין אירעאיר קאמפן האבן געוואונען פרייהייט אלס דאנקבארקייט. אין דידער ענדע פונעם 17טן יאָרהונדערט האבן [[נאווע סקאשע]] און באלד דערנאך [[אנטעריא]] באפרייט אלע שווארצע פון קנעכטשאפט.
אין 812' ווען די בריטישע האבן באמבארדירט וואשינגטאן האבן טויזענטער שווארצע אויסגענוצט די געלעגנהייט און זיך אריבעגעשווערצט קיין העליפאקס וואס האט אין יענע יארן געמיינט פולע פרייהייט כאטש אפילו די נאווע סקאשע רעגירונג האט נאך דעמאלט געהאט אסאך דיסקרימינירטע געזעצן פאר די שווארצע. עטליכע יאר שפעטער האבן עטליכע אמעריקאנער אנטי סלעיוו גרופעס אמטליך געהאלפן נאך טויזענטער שווארצע זיך אריבערשווערצן קיין אנטעריא דורך ספעציעל וועגן וועלכע מען איז פארצייכנט געווארן אין די היסטאריע אלס די אונטערגרונדאונטערגרונט רעילראודס.
די קאנאדישע שווארצע האבן עווענטועל באקומען פולע פרייהייט און רעכט פיל שנעלער ווי די אמעריקאנער שווארצע. עס איז אינטערעסאנט אז מיט די פרייהייט וואס זיי האבן געקענט באקומען אין קאנאדע זענען דאך קיין סאך שווארצע מער נישט געקומען פון אפריקע נאר זענען געוואקסן נאטורליך.
 
 
== אימיגראציע ==