אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "װיקיפּעדיע:טראל"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 6:
{{פאליסי}}
 
אין וויקיפעדיע הייסט מען א טראל ווען מען וואנדאליזרט נאכאנאנד אבער מען איז גענוג קליג דאס צו טאן אז מען זאל קיינמאל נישט קענען אויפווייזן לויט די [[וואנדאל]] 12 קלארע פארשריפטן וואס עס איז פונטקליך א וואנדאל. אבער אויב טרעפט איר מער צייט ווי יענעם ווערט איר אייביג קענען אויפדעקן אלס וואנדאל און פון אים פטור ווערן.
וויאזוי דעקט מען אויף א '''[[טראל]]'''? קודם איז דער כלל אז זיי האבן מער צייט. סא אויב איר האט נישט די גאנצע 24 שעה און 7 טעג מיט 365 טעג זיך א עצה געבן מיט זיי, הייבט נישט אן אפילו.
 
א טראל איז אזוי שטארק פארגעשריטען אז ער קען זיך איבערקלוגן רוב נארמאלע באנוצער ווייל ער ליגט אין דעם און דאס איז זיין [[פאך]], ווי למשל ער וועט קיינמאל נישט זיין קיין [[סאקפאפעט]] פון זעלבן קאמפיוטער כדי די [[טשעקיוזער]] פאנקציע זאל ביי אים נישט ארבייטן, דריבער קען מען אים קיינמאל נישט ארויסבלאקירן געהעריג.
 
געוויינליך שרייבן זיי אויבן אויף נארמאלע זאכן אבער ווען מען האט זיי סוקסעספול אויפגעדעקט און אויסגעטאן נאקעט פאר יעדן ווער זיי זענען, ווערט מען געוואר גאנצעטע ארטיקלן וואס איז בלויז ליצנות שקר און פארפירעריש וואס מ'האט נישט געקענט כאפן בשעת ער האט דאס געשריבן.
 
אויך וועלן זיי שרייבן גוטע און געלונגענע ארטיקלן כדי צו שאפן דעם אימעיזש אלס מוראדיגע גוטע באטייליגער.
 
===וויאזוי באגייט מען זיך מיט א '''[[טראל]]'''?===
וויאזוי דעקט מען אויף א '''[[טראל]]'''? קודם איז דער כלל אז זיי האבן מער צייט. סא אויב איר האט נישט די גאנצע 24 שעה און 7 טעג מיט 365 טעג זיך א עצה געבן מיט זיי, הייבט נישט אן אפילו.
 
איצט וויבאלד איר האט אלע צייט פון די וועלט פאר דעם מקדיש געווען, קענט איר זיך איינהאלטן נישט צו ווערן ווילד, ווייל אויב וועט איר ענטפערן פאר אים ווילד האט איר אריינגעשפילט אין זיינע הענט אייך אויפרעגן. ענטפערט אים נישט בכלל, אדער ענטפערט אים ווי א מאמע פאר א קינד מיט [[רחמנות]] און [[ליבע]], איר האט דאך די צייט, און די ליבע איז דאך פאר די הצלה פון וויקיפעדיע. דאן קענט איר זיך איינהאלטן פון נישט אים אנזידעלן, ווייל ער וועט נאכדעם ארויסנעמען אייערע ווערטער פון קאנטעקסט און דאס אויפשפילן און ציען מער ארגומענטס צו אים.
 
זייט נישט געזארגט א [[טראל]] זיכט נישט צו צאפן בלויז אייער [[בלוט]] ער וועט זיך אנשטויסן אין אנדערע אויך. און אויב זעהט איר אז ער רודפט אייך נאר דאן זאלט איר וויסן אדער זענען די אנדערע זיינע [[סאקפאפעט]]ס אדער האט איר נישט די צייט אין די וועלט.
 
ער וועט טאן טריקס אייך צו פראוואקירן ווי למשל ער וועט זיך איינשרייבן מיט אן אנדערע נאמען און טאן עפעס וואס די שכל זאגט אז עס נישט שייך, און ווארטן איר זאלט אים אטאקירן. אבער האלט אייך איין און [[בוקמארק]]ט דעם בלאט דאס צו פארעכטן ווען ער וועט שוין נישט זיין דא.
 
איצט פאר ווער עס האט יא צייט זיי אומשעדליך מאכן. דארפט איר אפשרייבן אזא בלאט '''[[באַניצער:Jiddisch/וועגן באנוצער יודל]]''', געדענקט צו שטעלן די [[נעים ספעיס]] באנוצער: אין פארענט פון אייער אייגן פריוואטער נאמען, דערנאך א סלעש און נאמען פון [[טראל]]. און דארטן אין יענעם בלאט געהעריג אויפדעקן יעדע זאך וואס ער טוט דאס צוזאם שטעלן און פרעגן און מסביר זיין ביז עס וועט קלאר ווערן אז ער איז א טראל.