אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ביזאנטישע אימפעריע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
קולטור
שורה 15:
==עקאנאמיע==
די ביזאנטישע עקאנאמיע איז געווען פון די שטערקסטע עקאנאמיעס אין דעם געגנט פונעם מיטלענדישן ים דורכאויס עטלעכע יארהונדערטער. קושטא איז געווען א הויפט קנופ אין א האנדל־נעצווערק וואס האט פארשפרייט איבער אייראפע, אזיע און [[צפון אפריקע]]. טייל היסטאריקער האלטן אז ביז די אראבער זענען געקומען אינעם 7טן יארהונדערט איז די ביזאנטישע עקאנאמיע געווען די גרעסטע אין דער וועלט. אבער די אראבישע נצחונות האבן געפועלט אן אומקער אין דעם מזל פון דער אימפעריע וואס האט אנגעהויבן צו גיין אראפ. אינעם 8טן יארהונדערט האט דער קייסער [[קאנסטאנטין דער פינפטער]], וואס האט געהערשט פון 741 ביז 775, אייגעפירט רעפארעמס וואס האט געשאפן א ווידעראויפקום, וואס האט זיך געהאלטן ביז 1204. אבער ווען ס׳האט אנגעהויבן דער פערטער [[קרייצצוג]] איז די עקאנאמיע אינגאנצן איינגעזונקען.
 
==קולטור==
די ביזאנטישע קולטור שטאמט פון דריי קאמפאנענטן: די [[ארמיי]] מיט דער רעגירונג און דער רוימישער טראדיציע; די [[גריכיש]]ע שפראך און קולטור; און די קריסטלעכע רעליגיע. די דריי קאמפאנענטן זענען געווען די הויפטזיילן אויף וועלכע די ביזאנטישע אימפעריע איז געשטאנען, און האבן ארויסגעזען ספעציעל אין איר קולטור. דורכאויס א לענגערער תקופה פלעגן היסטאריקער זען אין דער ביזאנטישער קולטור אן אראפגאנג פון די אוראלטע קולטורן פון די גריכן און די רוימער, אלס קוק אויף דער [[מיטל אלטער]] ווי די ״פינסטערע תקופה״, א שטאנדפונקט וואס איז היינט מער נישט פארשפרייט.
 
==רעליגיע==