אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פאהאד בין אבדול אזיז"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 6:
ביי די 25 יאר איז ער איינגעלאדענט געווארן דורך זיין ברודער דער קעניג וועלכער האט אים צוגעזאגט א צוקונפט אין די [[מאנארכיע]] אויב ער לאזט אפ זיין שוואוילטאג לעבן. ער האט באלד באקומען א פאסטן און א יאר דערויף איז ער געווען דער סאודיע אראביע שליח אין דער ערשטער עפענונג סעסיע פון די גענעראלע אסעמבלי פון די [[פאראייניקטע פעלקער]] אין [[ניו יארק]] אין [[1945]]. אין [[1953]] איז ער באשטימט געווארן דורך זיין ברודער אלס דער ערציאונג'ס מיניסטער. נאך עטליכע יאר איז ער דערהויבן געווארן אלס דער אינערן מיניסטער און נאך עטליכע יאר שפעטער איז ער שוין געווען דער דריטער אין אמט אלס דער צווייטער דעפיוטי מיניסטער.
 
פעיסאל איז אומגעבראכט געווארן אין [[1975]] (אן אינערליכע פאמיליע קרוגעריי) און זיין ברודער כאליד איז געווארן קעניג און פאהאד איז געווארן דער צווייטער אין ראנג אלס [[קרוין פרינץ]] און דעפיוטי פרעמיער מיניסטער. (עס איז געווען אן עלטערער ברודער אין די [[פאמיליע]] וועלכער האט זיך אנטזאגט פון די מאנארכיע). ווען כאליד איז געשטארבן אין 982' איז פאהאד אויטאמאטיש געווארן קעניג און האט גענומען זיין האלבן ברודער, אבדולא, אלס קרוין פרינץ. פאהאד'ס פירערשאפט האט אנגעהאלטן ביז אין 95' ווען ער האט געליטן א שווערע פראפלעקסיע און האט אפיציעל איבערגעגבן די פירערשאפט פאר אבדולא אבער ער איז פארבליבן קעניג אין זיין ראדשטולרעדערשטול.
 
כאטש זיין צוריקקער צו די מאנארכיע איז אלעס געווען א דאנק זיין עלטערער ברודער פעיסאל האט אבער פאהאד אים פיינט געהאט זיין גאנץ לעבן וויבאלד זיין ברודער האט אים פארשעמט פאר הונדערטער אנוועזנדע ווען ער האט אים געלאזט ווארטן איבער א שטונדע אין זייט פון זיין בענקל ווען פאהאד האט זיך מיט אים באגעגענט אין [[ריאד]]. טייל סאודיע אראביער זענען נאך היינט ביי דער מיינונג אז פאהאד איז גאנץ מעגליך געווען פארמישט אין דעם טויט פון זיין ברודער אלס נקמה פאר זיין פארשעמונג.