אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ענגליש"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 15:
 
די נענטסטע שפראך צו ענגליש צווישן די שפראכן וואס מ׳רעדט נאך היינט איז [[פריזיש|פֿריזיש]], א שפראך וואס עטלעכע 500,000 מענטשן רעדן אין [[האלאנד]], [[דייטשלאנד]] און [[דענמארק]]. דאך קענען ענגליש רעדער און פריזיש רעדער נישט פארשטיין איינער אנאנד. אנדער שפראכן וואס געהערן צו דער מערב־גערמאנישער פאמיליע אזוי ווי ענגליש זענען [[האלענדיש]] (וואס מ׳רעדט אין האלאנד און [[בעלגיע]]) און [[דייטש]] (וואס מ׳רעדט אין דייטשלאנד, [[עסטרייך]] און [[שווייץ]]).
 
א סך אנדערע פעלקער זענען געקומען וואוינען אין ענגלאנד במשך די יארן, וואס האבן גערעדט אנדערע שפראכן, און די דאזיקע שפראכן האבן צוגעלייגט ווערטער וואס האבן געענדערט די ענגלישע שפראך ביז זי איז געווארן מאדערן ענגליש. צום ביישפיל, אומגעפער יאר 800 זענען געקומען די [[וויקינג]]ען, ים־גזלנים פון דענמארק און נארוועגיע. זיי האבן גערעדט צפון־גערמאנישע שפראכן און טייל פון זייערע ווערטער זענען אריין אין ענגליש.