אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מגילת איכה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 14:
== אינהאלט ==
=== פרק א' און ב' ===
פרק א' און ב' האט ירמיה געשריבן נאך פארן חורבן, לויט ווי עס איז דערציילט אין [[ספר ירמיה]]<ref>{{תנ"ך|ירמיהירמיהו|לו}}</ref>. גאט האט אים באפוילן צו שרייבן אין א מגילה די קינות אויפן חורבן ווי גלייך עס האט שוין פאסירט, ווי א נבואה אז דער חורבן איז גאר נאנט אויב טוט מען נישט קיין [[תשובה]]. אין פרק א' קלאגט ירמיה אויף [[ירושלים]] וועלכע איז געבליבן חרוב, איינזאם און פארלאזט. און אין פרק ב' באוויינט ער די קרבנות, זייערע שרעקליכע צרות און אונגעהוירע ליידן.
 
=== פרק ג' ===
פרק ג', "אני הגבר", האט ירמיה שפעטער צוגעלייגט. ער שילדערט די קאשמארן פונעם חורבן, און דערנאך זאגט ער מוסר אז דאס איז געשען צוליב די זינד, און מען זאל דאס איינזען און זיך צוריקקערן צו גאט. ער טרייסט און בלאזט אריין האפענונג אז דער אייבערשטער וועט נישט שטענדיג פארלאזן, זיין צארן וועט זיך נישט ציען אויף שטענדיג, און צום סוף וועט ער רחמנות האבן אויף [[כלל ישראל]].
 
=== פרק ד' און ה' ===
פרק ד' איז א קינה פון ירמיה אויף [[יאשיהו|יאשיהו המלך]] נאך זיין טראגישן טויט, און אזוי אויך אויף די אומגעקומענע פון [[מלכות יהודה|יהודה]] און ירושלים. די קינות אויף יאשיהו זענען אויך געווען געשריבן נאך פארן חורבן, און עס ווערט דערמאנט אין [[ספר ירמיה]].
 
די לעצטע צוויי פסוקים פון פרק ד' ענטהאלט א נבואה אויפן שפעטערדיגן חורבן פונעם צווייטן [[בית המקדש]] דורך "אדום" - די [[רוימישע אימפעריע|רוימער]], און דערנאך אדום'ס ענדגילטיגע מפלה און די גאולה שלימה.
 
=== פרק ה' ===
 
== רעפערענצן ==