אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מגילת איכה"

83 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 4 יאָר
קיין רעדאקטירונג רעזומע
'''מגילת איכה''' ענטהאלט די קינות פון [[ירמיהו|ירמיה הנביא]] אויפן חורבן ירושלים. זי איז פון די חמש מגילות אין [[כתובים]]. אין [[תנ"ך]] און אין [[מדרש]] ווערט זי אנגערופן '''קינות''' אדער '''מגילת קינות'''.
 
מען זאגט דעם מגילת איכה [[תשעה באב]] ביינאכט נאך מעריב, זיצנדיג אויף דער ערד.
 
== אינהאלט ==
=== פרק א' און ב' ===
פרק א' און ב' האט ירמיה געשריבן נאך פארן חורבן, לויט ווי עס איז דערציילט אין [[ספר ירמיה]]<ref>{{תנ"ך|ירמיה|לו}}</ref>. גאט האט אים באפוילן צו שרייבן אין א מגילה די קינות אויפן חורבן ווי גלייך עס האט שוין פאסירט, ווי א נבואה אז דער חורבן איז גאר נאנט אויב טוט מען נישט קיין [[תשובה]]. אין פרק א' קלאגט ירמיה אויף [[ירושלים]] וועלכע איז געבליבן חרוב, איינזאם און פארלאזט. און אין פרק ב' באוויינט ער די קרבנות, זייערע שרעקליכע צרות און אונגעהוירע ליידן.
 
=== פרק ג' ===
פרק ג', האט"אני ירמיה געשריבן נאכן חורבןהגבר", נאכןהאט בייוואוינעןירמיה די שוידערליכע סצענעס ביים חורבןשפעטער ירושליםצוגעלייגט. ער שילדערט די קאשמארן פונעם חורבן, און דערנאך זאגט ער מוסר אז דאס איז געשען צוליב די זינד, און מען זאל דאס איינזען און זיך צוריקקערן צו גאט. ער טרייסט און בלאזט אריין האפענונג אז דער אייבערשטער וועט נישט שטענדיג פארלאזן, זיין צארן וועט זיך נישט צועןציען אויף שטענדיג, און צום סוף וועט ער רחמנות האבן אויף [[כלל ישראל]].
 
=== פרק ד' ===
פרק ד' איז א קינה פון ירמיה אויף [[יאשיהו|יאשיהו המלך]] נאך זיין טראגישן טויט, און אזוי אויך אויף די אומגעקומענע פון [[מלכות יהודה|יהודה]] און ירושלים. די קינות אויף יאשיהו זענען אויך געווען געשריבן נאך פארן חורבן, און עס ווערט דערמאנט אין [[ספר ירמיה]].
 
די לעצטע צוויי פסוקים פון פרק ד' ענטהאלט א נבואה אויפן שפעטערדיגן חורבן פונעם צווייטן [[בית המקדש]] דורך "אדום" - די [[רוימישע אימפעריע|רוימער]], און דערנאך אדום'ס ענדגילטיגע מפלה און די גאולה שלימה.
 
=== פרק ה' ===
 
== רעפערענצן ==
{{רעפליסטע}}
 
 
604

רעדאקטירונגען