אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אריה פינקל"
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה |
אין תקציר עריכה |
||
שורה 1:
רבי '''אריה לייב פֿינקל''' ([[
== ביאגראפיע ==
ער איז געבוירן געווארן אין ארץ ישראל צו זיין פאטער רבי [[חיים זאב פינקל]] (דער בכור פון רבי [[אליעזר יהודה פינקל (א)|אליעזר יודל פינקל]], וואס איז שפעטער געווארן [[משגיח]] אין דער [[מירער ישיבה]], און זיין מוטער לאה (אייבעשוץ), א שטיף־טאכטער פון הרב [[יוסף חיים זאנענפעלד]], רב פון ירושלים. ער האט געלערנט אין דער [[היכל התלמוד]] ישיבה אין תל-אביב. נאך זיין בר-מצוה האט ער געלערנט אין דער [[פאנאוועזשער ישיבה]], פון די ערשטע תלמידים. ער האט געלערנט בחברותא מיט [[בערל פאווארסקי]] (היינט פאנאוועזשער ראש ישיבה). אין תש״ו איז זיין מוטער נפטר געווארן און ער איז געבליבן א יתום.
נאך דער חתונה האט ער געלערנט אין [[מירער ישיבה|מיר]], און ענדלעך האט מען אים באשטימט א מגיד שיעור
צענדליגע יארן איז ער געווען דער בעל מוסף ימים נוראים אין מיר.
אין אלול [[ה'תש"ס|תש"ס]] האט מיר אויפגעשטעלט א פיליאל אין בראכפעלד, [[מודיעין עילית]] און ער איז געווארן דער ראש ישיבה דארט.
אין [[ה'תשע"ב|תשע"ב]] האט מען אים באשטימט צו דינען ווי א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה פון דגל התורה.
ער איז נפטר געווארן ו׳ אב תשע"ו און מען האט אים באערדיגט אין [[הר המנוחות]] לעבן די מירער ראשי ישיבות רבי [[רפאל שמואלעוויטש]] און רבי [[אליהו ברוך פינקל]].
== משפחה ==
די קינדער פון רבי אריה און זיין ווייב אסתר גיטל זענען:
* רבי נתן צבי
* רבי חיים זאב
* לאה מייזל, זשורנאליסטקע, ווייב פון רבי סער מייזל
* די ווייב פון רבי אברהם שפירא
זיין ברודער, הרב משה פינקל, איז געווען א מגיד שיעור אין דער מירער ישיבה.
שורה 37 ⟵ 42:
[[קאַטעגאָריע:מועצת גדולי התורה]]
[[קאַטעגאָריע:פינקל פאמיליע]]
[[קאַטעגאָריע:נקבר אין הר המנוחות]]
|