אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "נאפאלעאן באנאפארטע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 41:
אין [[1803]] האט בריטאניע פראקלאמירט נאכאמאל מלחמה קעגן דער הערשאפט פון נאפאלעאן. דעם 21סטן אקטאבער 1805 איז נאפאלעאנס פלאט געזיגט געווארן צוזאמען מיטן שפאנישן פלאט דורכן בריטישן ים־פלאט ביים [[קאמף פון טראפאלגאר]]. נאך דעם דורכפאל איז בריטאניע געווארן דער גרעסטער ים־מאכט אויף א תקופה וואס האט געצויגן ביז דער [[ערשטע וועלט מלחמה|ערשטער וועלט מלחמה]].
 
אום 26סטן פעברואר 1815 איז נאפאלעאן אנטלאפן פון זיין גלות אויף עלבע. ער האט צאמגעשטעלט אן ארמיי וואס האט מארשירט אויף פאריז דעם 1טן מערץ 1815. די נעקסטע 100 טעג האט ער געהערשט איבער פראנקרייך. אום 18טן יוני 1815 האבן אן ארמיי אונטערן [[הערצאג פון וועלינגטאן]] און א פרייסישע ארמיי אים באזיגט ביים [[קאמף פון וואטערלו]].
 
מ׳האט געכאפט נאפאלעאן און אים געשיקט אין גלות אויפן אינזל [[סאנט העלענע]] אינעם [[אטלאנטישער אקעאן|אטלאנטישן אקעאן]], וואו ער איז געשטארבן דעם 5טן מיי 1821.
 
== זיינע באציאונגען מיט אידן ==