אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "נאפאלעאן באנאפארטע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
זיין רייזע קיין ארץ ישראל
שורה 20:
 
אין זיינע צייטן איז פראנקרייך פארוואנדלט געווארן אלס א ריזיגער אימפעריע. עס איז געווען א תקופה אין זיינער צייט וואס כמעט גאנץ אייראפע איז איינגענומען געווארן דורך דער פראנצויזישער ארמיי. ווי ער און זיין מיליטער האבן געשטעלט א פוס האבן זיי אריינגעברענגט פרייהייט און מאדערנקייט. אזוי האבן זיי אויסגעשפרייט פרייהייט לענגאויס גאנץ אייראפע.
 
== זיין רייזע צוקיין [[ארץ ישראל]] ==
 
אין [[1798]] האט די פראנצויזישע רעגירונג ארויפגעלייגט אויף נאפאלעאן די פליכט איינצונעמען [[עגיפטן]] פון די בריטישע. די עיקר ציל פון דער פוסרייזע איז געווען אפצורייסן בריטאניע, דעם געשוואוירענעם פיינט פון דער פראנצויזישער רעוואלוציע, פון [[אינדיע]], דורך אנגרייפן זייערע אליאירטע, די [[מאמעלוקן]].
 
נאפאלעאן האט אינגיכן איינגענומען [[קיירא]], אבער ער איז אפגעריסן געווארן פון פראנקרייך ווען דער פראנצויזישן ים־פלאט איז אומגעברענגט געווארן דורכן בריטישן אדמיראל [[הארעשא נעלסאן]] ביים קאמף פון אבוקיר. נאפאלעאן האט קאנסאלידירט זיין הערשאפט אין עגיפטן און האט אנגעהויבן באוועגן לענגאויס דעם בארטן פונעם [[מיטלענדישער ים|מיטלענדישן ים]] אין דער ריכטונג פון [[ארץ ישראל]]. ער האט איינגענומען אלע בארטן־שטעט פון יענער תקופה: [[על אריש]], [[עזה]] און [[יפו]], וואו זיינע זעלנער האבן געשאכטן 2,000 טערקישע געפאנגענע. נאכהער האט זיין מיליטער פראגרעסירט קיין צפון, און זיי האבן איינגענומען [[חיפה]] און דעם [[יזרעאל טאל]].
 
אין 1799 האט נאפאלעאן באלעגערט [[עכו]] צוויי מאנאטן אבער די שטאט, אונטער דער הערשאפט פון [[אחמאד פאשא אל דזשאזאר]], אוז געווען גוט באפעסטיקט און האט זיך פארטיידיקט מיט דער הילף פון א טערקישער ארמיי וואס איז אנגעקומען פון [[סיריע]], און מיט דער הילף פון בריטישע קראפטן אונטער דער קאמאנדע פון אדמיראל [[סידני סמיט]]. טייל האלטן אז נאפאלעאנ׳ס [[:he:s:מנשר נפוליון אל היהודים באפריל 1799|קאמוניקאט]] אין גאנג פון דער מלחמה לויט וואס טאמער ער וועט דערפאלגרייך אייננעמען דאס לאנד וועט דאס לאנד ווערן צוריקגעגעבן צו די יידן, איז געווען בכוונה איינצונעמען דאס הארץ פון [[חיים פרחי]], ראטגעבער און אנגעטרויטער פון אל דזשאזאר. ענדלעך האט נאפאלעאן נישט באוויזן איינצונעמען עכו, און זיין מיליטער האט געקערט צוריק קיין עגיפטן. אין אן אלטער צייטונג איז נאפאלעאן דערגאנגען די פארלוסט פון איטאליע צו עסטרייכער און רוסישע קראפטן און דער כאאס וואס הערשט אין לאנד. ער האט געזאמלט ארום זיך 500 מענטשן און איז אפגעפארן אין א גיכער שיף קיין פראנקרייך. דעם קערן פון דער ארמיי איז געבליבן אין עגיפטן אונטער דער פירערשאפט פון [[זשאן באטיסט קלעבער]].
 
די תקופה ווען נאפאלעאן איז געווען אין עגיפטן האט געהאט א קולטורעל חשיבות אויסער דעם וואס זי האט געהאט א מיליטעריש חשיבות: נאפאלעאן אליין, און פארשער וואס זענען געקומען מיט אים, האבן ארומגעזוכט עגיפטן פאר ארעכאלאגישע אויסגעפינסן. אין יענער תקופה האט אנגעהויבן די פארשונג וועגן אוראלט עגיפטן, מען האט אנטפלעקט די קברים און [[מומיע]]ס פון אירע מלכים, און מ׳האט אנטפלעקט די [[ראזעטע שטיין]] (מיט וועמענס הילף האט מען שפעטער דעשיפרירט די אלטע עגיפטישע שריפט "[[היעראגליף]]" דורך [[זשאן פראנסוא שאמפאליאן]]). דערצו, האט נאפאלעאנ׳ס אינזשעניריע־מיליטער אויסמארקירט דעם ראיאן און האט געשאפן א פרטימדיקע מאפע ([[פיער זשאקאטען|די זשאקאטען מאפע]]) וואס מ׳האט געניצט דורכאויס דעם 19טן יארהונדערט ביז די בריטישע האבן אויסמארקירט ארץ-ישראל.
 
== די מלחמה מיט רוסלאנד ==
שורה 44 ⟵ 54:
אויך איז באקאנט ביי חסידים די [[נאפאלעאן מארש]] וואס דער בעל התניא פלעגט זינגען כדי אים צו מכניע זיין.
 
 
== זיין רייזע צו [[ארץ ישראל]] ==
 
[[קאַטעגאָריע:היסטאריע: פראנקרייך]]