אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "נאפאלעאן באנאפארטע"
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
פארברייטערט |
|||
שורה 8:
== פריערדיגע יארן ==
נאפאלעאן איז געבוירן אין [[קארסיקע]] 15 אויגוסט 1769, איין יאר נאכדעם וואס פראנקרייך האט אנגעהויבן צו הערשן דארט.
אין 1779 איז נאפאלען, אלט ניין יאר, געפארן צום ערשטן מאל קיין פראנקרייך צו שטודירן. אנהייב יאנואר האט ער געלערנט [[פראנצויזיש]] פיר מאנאטן אין א רעליגיעזער שולע אין [[אטון]]. זיין מוטערשפראך איז געווען קארסיש; זיין גאנצע לעבן האט ער גערעדט פראנצויזיש מיט א קארסישן אקצענט, און ער האט זיך קיינמאל נישט אויסגעלערנט אויסלייגן פראנצויזיש געהעריג. אין מיי האט ער אנגעהויבן שטודירן אין א מיליטערישער אקאדעמיע אין בריען-לע-שאטא.
ווען ער האט געענדיקט אין בריען אין 1784 איז ער אריין אין דער ''מיליטערישער שולע'' אין פאריז. דארט איז ער געווארן אויסגעשולט ווי אן ארטילעריע אפיציר. ער איז געווארן פארהערט דורך דעם בארימטן וויסנשאפטלער [[פיער-סימאן לאפלאס]].
== זיין אנהייב קאריערע ==
|