אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פאראײניגטע שטאטן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 92:
קאנאדע-פאראייניגטע שטאטן [[גרענעץ]], וואס איז באשטימט געוואן אין דעם מיטן פונעם [[19טן י"ה|19טן יארהונדערט]], ציט זיך אין א גראדער ליניע לענגאויס דעם 49סטן [[גארטל ליניע (געאגראפיע)|גארטל ליניע]] צפון, אריבערגייענדיק טייכן און אזערעס (פיר פון די [[גרויסע אזערעס]] זענען צעטיילט צווישן די צוויי לענדער, און נאר [[מישיגן אזערע]] געהערט אינגאנצן צו די פאראייניגטע שטאטן), אן צו בארעכענען מיט טאפאגראפישע ליניעס. דער גרענעץ שאפט נישט קיין פראבלעמען; די צוויי זייטן פונעם גרענעץ האבן א גרויסע זעלביקייט אין קולטור, שפראך, טראדיציע און לעבנסשטייגער. דער דרום גרענעץ מיט מעקסיקא האט העלפט פון דער לענג פונעם גרענעץ מיט קאנאדע, און גייט מערסטנס דורך מדבר־געגנטן.
 
אין מזרח ליגט די פאראייניגטע שטאטן אויפן בארטן פונעם [[אטלאנטישער אקעאן|אטלאנטישן אקעאן]]; דער בארטן איז צוויי מאל אזוי לאנג ווי דער מערב בארטן אויפן [[פאציפישער אקעאן|פאציפישן אקעאן]]. דער אונטערשייד איז צוליב די פילע טיפע איינגאסן וואס געפינען זיך אין דעם צפון טייל פונעם מזרח בארטן, און טאקע דארט געפינען זיך די גרויסע פארטן פון די פאראייניגטע שטאטן ([[באסטאן]], [[ניו יארק (שטאט)סיטי|ניו יארק]], [[פילאדעלפיע]], און [[באלטימאר]]). דער דרום טייל פונעם בארטן איז פלאך און נישט באקוועם פאר שיפן. דער איינציקער גרויסער פארט אין דרום איז דער פארט פון [[ניו ארלינס|ניו-ארלינס]], וואס ליגט אין דער מיסיסיפי דעלטע, וואס ווערט שטענדיק פארשטאפט מיט דער עראזיע פונעם טייך, און פאדערט טייערע און רעגולערע אויפהאלטן טאטן.
 
אויפן שטח פון די פאראייניגטע שטאטן געפינען זיך בארגקייטן וואס צעטיילן די פארשידענע געאגראפישע ראיאנען. די בארגקייטן וואס ציען זיך פון צפון קיין דרום פאראלעל צו די בארטנס זענען: אפאלאטשיע בערג (Appalachian Mountains) פאראלעל צום מזרח בארטן, און די ראקי בערג (Rocky), די קאסקייד בערג און די סיערע נעוואדא (Sierra Nevada) פאראלעל צום מערב בארטן. אלס רעזולטאט פון די בארגקייטן געפינען זיך זיבן נאטור ראיאנען לענגאויס די פאראייניגטע שטאטן, אין פאסן וואס גייען פון צפון קיין דרום: (1) אטלאנטישער בארטן; (2) אפאלאטשיע בארגקייטן; (3) דער מיטל מערב; (4) ראקי בערג; (5) דער מערב מדבר־בעקן; (6) סיערע בערג; (7) פאציפישער בארטן.