אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פאראײניגטע שטאטן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 113:
דער [[פאראייניגטע שטאטן צענזוס ביורא]] שאצט אפ די באפעלקערונג צו 316,291,000, פון זיי זענען 11.2 מיליאן אומלעגעאלע אויסלענדער. דאס איז פיר מאל אזוי פיל די באפעלקערונג איז געווען אין 1900,בערך 76 מיליאן. די פאראייניגטע שטאטן איז דאס דריטע מערסטע באפעלקערטע לאנד אין דער וועלט, נאך [[כינע]] און [[אינדיע]].
 
82% פון אמעריקאנער וואוינען אין שטאטישע געגנטן. די גרעסטע צענטערן פון באפעלקערונג זענען ארום [[ניו יארק סיט|ניו יארק}]] (19,015,900), ארום [[לאס אנדזשעלעס]] (19,015,900) און ארום [[שיקאגא]] (9,504,753).
 
=== שפראך ===
אמעריקאנישע [[ענגליש]] איז די נאציאנאלע שפראך פון די פאראייניגטע שטאטן הלכה למעשה. 80% פון דער באפעלקערונג רעדט נאר ענגליש אין דער היים. די צווייטע שפראך איז [[שפאניש]], וואס 12% רעדן אין דער היים. אויף דער פעדעראלער ניווא איז נישט פאראן קיין אפיציעלע שפראך, אבער אין 28 שטאטן איז ענגליד די אפיציעלע שפראך. אין [[האוויי]] זענען ענגליש און [[האוואיש]] אפיציעלע שפראכן.