אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שמואל דוד האלבערשטאם"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
ציילונג פון חסידים
צוגעלייגט שטעט ווי עס איז דא צאנז קלויזענבורגער חסידים און קהילות
שורה 25:
דער רבי איז אויך שטארק באוואוסט מיט די שטארקע פלפולים יעדע וואך פרייטאג צונאכט, אזוי אויך יעדן יום טוב, בפרט חנוכה זאגט דער רבי אלע אכט נעכט שטארקע פלפולים אויף דער [[סוגיא פון כבתה זקוק לה]]. עס איז אויך באקאנט פאר אלע מחברי ספרים אינעם פעלד פון פלפולים, אז מען קומט יעדע געלעגנהייט אריין צום רבי'ן אין הויף צו כאפן א ראיון, חידוש אדער סברה, וואס קען זיין גאר נוצבאר פאר תלמידי חכמים.
 
דער רבי איז דער נשיא פון דער קהילה און מוסדות צאנז קלויזענבורג אין [[אמעריקא]] ([[בארא פארק]], [[וויליאמסבורג]], [[מאנסי]], [[לייקוואוד]] און [[מאנטריאל]], [[קאנאדע]]) און אויך אין [[ירושלים]], [[בני ברק]] און [[אלעד]], אויך אין לאנדאן, אנטווערפען. אויך איז דער רבי נשיא פון [[מפעל הש"ס העולמי]] און נשיא הכבוד פון דעם [[כולל חיבת ירושלים|גאליציאנער כולל]] צדקת [[רבי מאיר בעל הנס]].
 
זיין חסידות ציילט איבער צוויי טויזענט משפחות אין [[אמעריקא]], [[ארץ ישראל]], [[ענגלאנד]], [[בעלגיע]], [[אויסטראליע]] און איבער דער גארער וועלט.