אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אשר שווארצמאן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 3:
 
 
ער איז געבוירן געוואָרן אינעם דאָרף ווילניע פון דער [[קיִעווער גובערניע]], [[רוסלענדישע אימפּעריע]], (היינטהײַנט [[אוקראַיִנע]]) אין אַ פרומער יידישער משפּחה. ער האָט פאַרבראַכט זײַן פריִע קינדהייט אינעם שטעטל [[קאָראָסטישעוו]] (אין איצטיקער [[זשיטאמירער גובערניע|זשיטאָמירער גובערניע]] פון אוקראַיִנע) און אינעם דאָרף נאָווינקע ניט ווײַט פון [[קיִעוו]]. דער קומענדיקער דיכטער האָט זיך געלערנט אין חדר. אין נאָווינקע האָט דער יונגער אָשר שוואַרצמאַן זיך באַקענט מיט [[חיים נחמן ביאַליק]], וועלכער פלעג קומען אין דעם דאָרף צו באַזוכן זײַן שווער. אָט די באַקאַנטשאַפט האָט שטאַרק משפּיע געווען אויף שוואַרצמאַנען.
 
אין 1905 איז אַשר שוואַרצמאַן אַריבערגעפאָרן קיין קיִעוו צו זײַן עלטערן ברודער דוד. אונטער זײַן השפּעה האָט ער זיך אָנטיילגענומען אין רעוואָלוציִאָנערע געשעענישן פון יענעם יאָר. נאָך דעם איז אָשר שוואַרצמאַן אַוועקגעפאָרן קיין [[בערדיטשעוו]] און אַ געוויסע צײַט געלעבט דאָרט, זענענדיק אַ לערער פון העברעיִש. אין דער זעלבער צײַט האָט ער אָנגעהויבן צו שרײַבן לידער, לכתחילה – אויף [[אוקראַיִניש]]. אין 1909 האָט ער זיך אומגעקערט קיין קיִעוו, וווּ ער האָט זיך דערנעענטערט צו אַ גרופּע סאָציִאַליסטיש אָריענטירטע יונגע ייִדישע ליטעראַטן: די פּאָעטן [[אהרן קושניראָוו]] און דוד האָפשטיין (שוואַרצמאַנס שוועסטערקינד), דעם פּראָזאַיִקער דוד בערגעלסאָן, די קריטיקער נחום אויסלענדער און נחמן מײַזיל. אונטער זייער השפּעה האָט אָשר שוואַרצמאַן אָנגעהויבן שרײַבן לידער אויף ייִדיש.
 
אין 1911 איז אָשר שוואַרצמאַן מאָביליזירט געוואָרן אין דער רוסישער אַרמיי. ער האָט געדינט אין אַ דראַגונען-פּאָלק אין קאַליש (איצט – אין פּוילן). אין 1914 – 1917 האָט ער געקעמפט אויף די פראָנטן פון דער [[ערשטע וועלט מלחמה|ערשטער וועלט-מלחמה]], זיך אויסגעצייכנט מיט זײַן גבורה און איז באַלוינט געוואָרן מיט צוויי געאָרגי-קרייצנס (די העכסטע שלאַכטס-באַלוינונג אין צאַרישן רוסלאַנד). אין 1917 איז ער פאַרוווּנדעט געוואָרן און ער האָט זיך געהיילט אין שפּיטאָלן פון טאַמבאָוו און מאָסקווע.
 
אין האַרבסט 1917 האָט אָשר שוואַרצמאַן זיך אומגעקערט קיין קיִעוו. דאָ האָט ער געאַרבעט אַלס קאַרעקטאָרקאָרעקטאָר אין בונדעסטישערדער בונדיסטישער "פאָלקס-צײַטונג". די פּאָגראָמען-כוואַליע, וועלכע איז באַפאַלן דאָס אוקראַיִנישע ייִדנטום מצד אוקראַיִנישע נאַציִאָנאַליסטן, רוסישע ווײַס-גוואַרדייער און אַזוי גערופענע "גרינע" באַנדעס, האָט באַוועגט דעם דיכטער פרײַוויליק אַרײַנטרעטן אין דער רויטער אַרמיי, ווײַל זי איז באַטראַכט געווען אין יענער צײַט ווי די איינציקע באַשיצערןבאַשיצערין פון דער ייִדישער באַפעלקערונג. אָשר שוואַרצמאַן איז אומגעקומען אום האַרבסט 1919 אין אַ שלאַכט לעבן דעם שטעטל ראַפאַלאָווקע (אין איצטיקער ראָוונער געגענט פון אוקראַיִנע).
 
עס האָבן זיך אָפּגעהיט בלויז בײַ 6064 לידער פון אָשר שוואַרצמאַנען. אָבער אויך די קליינע שעפערישע ירושה דערמעגלעכט טענהן, אַז אָשר שוואַרצמאַן איז געווען איינער פון די גרעסטע ייִדישע דיכטער פונעם אָנהייב 20טן יאָרהונדערט.