אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רובע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 37:
|סטאטיסטיק=
}}
'''רובע''' ({{שפראך-fr|Roubaix}}; {{שפראך-nl|Robaais}}) איז אן אַלטע אינדוסטריעלע שטאָט אינעם נארד דעפארטמענט אין צפון [[פראנקרייך]], נאנט צום גרענעץ מיט דער [[בעלגיע]]. די שטאָט איז ליגן אין דעם צפון-מיזרח פון [[ליל]]. זי באדעקט אַ לאַנד שטח פון 13.23 ק"מ². די באפעלקערונג פון דער שטאט (קאמונע) ביים 2013 צענזוס איז געווען 95,866 איינוואוינער.
 
די שטאָט איז ליגן אין דעם צפון-מיזרח פון א גרעסערער קאנאורבאציע וואס נעמט איין אויך [[ליל]], [[טורקווען]] און [[ווילענעוו ד׳אסק]], וואס איז די פערט גרעסטע מעטראָפּאָליטאַן געגנט ({{שפראך-fr|Métropole européenne de Lille}}) מיט א באפעלקערונג אין 2015 פון איבער 1.1 מיליאן מענטשן.
 
אינעם [[19טער י"ה|19טן יארהונדערט]] האט רובע זיך אנטוויקלט פון א קליין דארף צו א שטאט פון טעקסטיל פאבריקאציע, און מ'האט זי גערופן דעם "פראנצויזישן [[מאנטשעסטער]]". פון א באפעלקערונג פון 8,091 אין 1800 איז רובע געוואקסן צו מער ווי 124,000 אין 1896. פֿון 1970 איז די טעקסטיל אינדוסטריע שטארק אראפ, און היינט איז נישט געבליבן אין רובע קיין איין גרויסע טעקסטיל פירמע.
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/רובע"