אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "כתובים"

72 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 4 יאָר
לינקען
(לינקען)
 
'''כתובים''' איז די דריטע אפטיילונג פון [[תנ"ך]] וואס אנטהאלט עלף ספרים: [[תהלים]], [[משלי]], [[איוב]], [[שיר השירים]], [[מגילת רות|רות]], [[איכה]], [[קהלת]], [[מגילת אסתר|אסתר]], [[ספר דניאל|דניאל]], [[ספר עזרא|עזרא]]-[[ספר נחמיה|נחמיה]] (איין ספר), [[דברי הימים]] (איין ספר). דאס איז דער סדר פון כתובים אין רוב דרוקן פון תנ"ך. די בעלי ה[[מסורה]] אין טבריה און די ספרדישע יידן האבן אן אנדער סדר פאר כתובים, און די גמרא אין [[מסכת בבא בתרא]] ברענגט א דריטן סדר.
 
צווישן די ספרים איז אויך פאראן די פאלגנדע אפטיילונגען:
* '''ספרי אמ"ת''': [[תהלים]], [[משלי]], [[איוב]] (לויט די ראשי תיבות פון די דריי ספרים). די ספרים זענען געשריבן ווי "פאעזיע", און צוליב דעם האבן זיי באזונדערע [[טראפ]] גערופן [[טעמי אמ"ת]] וואס מען געפינט נישט אין גאנץ תנ"ך, און אויך אין די כתבי ידות ווערן זיי געשריבן ווי א שירה.
* '''חמש מגילות:''' [[שיר השירים]], [[מגילת רות|רות]], [[איכה]], [[קהלת]], [[מגילת אסתר|אסתר]]. די גרופע ליינט מען אין געוויסע צייטן, אויך נאר אויף די פינף ספרים פון כתובים איז דא א [[מדרש רבה]].
* די דריי ספרים [[ספר דניאל|דניאל]], [[ספר עזרא|עזרא]]-[[ספר נחמיה|נחמיה]], און [[דברי הימים]] זענען נישט א באזונדערע גרופע, אבער אלע זענען געשריבן געווארן לויט דער מסורה אין א שפעטערע תקופה.
עזרא איז א המשך פון דברי הימים. אין דניאל און עזרא-נחמיה זענען דא טיילן געשריבן אויף [[אראמיש]] און נישט לשון-קודש.
 
604

רעדאקטירונגען