אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אלבערט איינשטיין"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
פארברייטערט די ביאגראפיע
שורה 36:
נישט האבנדיק קיין אנדער פרנסה האט ער געגעבן לעקציעס אין מאטעמאטיק און פיזיק.
 
אין 1901 האט איינשטיין באקומען שווייצער בירגערשאפט, און אין 1902 האט ער באקומען א פשוט'ן [[סעקרעטאר]] פאסטן אין דעם [[שווייץ|שווייצער]] [[פאטענט]] ביורא אין [[בערן]], וואו ער האט געארבעט ביז 1908. דארט האט ער אויסגעארבעט זיינע וויסנשאפטלעכע געדאנקען אין זיין פרייער צייט. אין 1905 האט ער געענדיגט זיין דאקטאראט דיסערטאציע, ״א נייע באַשטימונג פון מאלעקול־דימענסיאנען״ (''Eine neue Bestimmung der Moleküldimensionen''), און אום 15טן יאנואר 1906 באקומען דעם דאקטאר פון פיזיק דיפלאם פונעם [[ציריכער אוניווערסיטעט]], און. אין דעם זעלבן יאר האט ער געלאזט דריקן דריי "פאפירן", איינס וועגן "קוואנטום מעכאניק", דאס צווייטע וועגן דער "טעאריע פון רעלאטיוויטעט", און דאס דריטע וועגן "סטאטיסטישע מעכאניק". אלע דריי זענען שפעטער פאררעכנט געווארן אלס אומגעהויער חשוב אין די נושאים פון [[פיזיק]] און [[מאטעמאטיק]]. צווישן די רעזולטאטן דערמאנט אין די פאפירן איז וואס די וועלט קענט ווי די גלייכונג [[E=mc²]].
לויט דער ספעציעלער טעאריע פון רעלאטיוויטעט האט איינשטיין געוויזן ווען אן אביעקט האט א גיך נאנט צו דער [[גיך פון ליכט]], סיי זיין מאסע און סיי צייט ענדערן זיך.
 
שורה 43:
 
זיין ''טעאריע פון רעלאטיוויטעט'' איז נישט גרינג געווארן אנגענומען, און -- איבערהויפט אין דייטשלאנד -- האבן [[אנטיסעמיט]]ישע פיזיקער געפרואווט אויפצוווייזן אז זיינע אנטדעקונגען זענען גרונטלאז. זיינע ווערק און כאראקטער זענען ווילד אטאקירט געווארן -- געטריבן דורך זיין אומפאפולערע שטעלונגען אלץ [[פאסיפיזם|פאסיפיסט]] און [[ציוניזם|ציוניסט]]. ווען ער איז באלוינט געווארן אין 1921 מיט דער '''''[[נאבעל באלוינונג]] פאר פיזיק''''' איז דאס געווען פאר זיינע אנטדעקונגען אויף דער פאטא-עלעקטרישן ווירקונג.
 
=== קיין אמעריקע ===
אין 1932 איז איינשטיין געפארן אין אמעריקע. ווען [[אדאלף היטלער|היטלער]] האט איבערגענומען די דייטשע רעגירונג אין 1933 איז איינשטיין דעמאלסט געווען אינעם [[פאראייניגטע קעניגרייך|פאראייניגטן קעניגרייך]] אויף א לעקציע רייזע. א יאר נאכהער האבן די נאציס צוגענומען זיינע פארמעגן, אוועקגענומען זיין שטעלע, און אנולירט זיין בירגערשאפט. עטלעכע לענדער האבן פארגעשטעלט פאר אים א שוצארט. איינשטיין האט באשלאסן צו אימיגרירן אין די פאראייניגטע שטאטן און איז אויפגענומען געווארן אין [[פרינצטאן אוניווערסיטעט]], [[ניו זשערסי|ניו דזשערסי]], וואו ער האט זיך ווייטער באשעפטיקט אין זיינע פארשונגען. ער האט קיינמאל נישט צוריק געפארן אין דייטשלאנד.
 
== אמעריקע, דער אטאם, און פאליטישע און רעליגיעזע מיינונגען ==
מיט'ן אויפגאנג פון [[נאציזם|נאצישער]] [[פאשיזם]] אין 1933 האט ער זיך געצויגן קיין [[אמעריקע]]. אין אמעריקע האט ער אפגעווארפן זיין [[פאסיפיזםפאציפיזם]] און געשטיצט די קריג קעגן דער דייטשן סכנה. אין 1939 האט ער געשיקט א בריוו צו [[פרענקלין ד.דעלאנא רוזוועלטרוזעוועלט|פרעזידענט רוזוועלט]], פארשלאגנדיג אז אמעריקע זאל פראדוצירן דעם [[אטאמישער באמבע]] איידער עס ווערט פראדוצירט דורך דייטשלאנד. רוזעוועלט האט אנגענומען דעם פארשלאג און אלץ רעזולטאט אוועקגעשטעלט די אונטערנעמונג אונטער'ן נאמען '''''"[[דער מאנהעטען פראיעקט]]"''''' וואס האט פראדוצירט די [[אטאמ]]ישע באמבע אין 1945. די באמבע איז אין ענדע נישט גענוצט געווארן קעגן דייטשלאנד, נאר קעגן [[יאפאן]], און דאס האט אין ענדע געבראכט דעם צווייטן וועלט קריג צו א סוף. נאכ'ן קריג האט אבער איינשטיין שטארק געארבעט אויף נוקלעארער אנטוואפונג, פילנדיג אז דאס וועט ברענגען מער חורבנות ווי לייזן פראבלעמען.
 
=== ציוניזם ===