אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אברהם גרשון פון קיטוב"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 30:
 
== משפחה ==
אברהם גרשון איז געווען אן אייניקל פונעם [[ש"ך]]. אזוי ווי זיין פאטער הר"ר [[אפרים פון קיטוב]], איז אברהם גרשון געווען א דיין אין איינעם פון די פיר [[בית דין|בתי דינים]] פון בראד. טאקע דארט האבן זיי באגעגנט דעם בעל שם טוב. לויטן ספר „שבחי הבעש"ט" האט זיין פאטער מסכים געווען אלס שכיב מרע אז דער בעל שם טוב זאל חתונה האבן מיט זיין (אפרים'ס) טאכטער חנה. אברהם גרשון האט דאס אבער נישט געוווסט ביז דער בעל שם טוב האט אים געוויזן די [[תנאים]].
 
אברהם גרשון איז געווארן זייער חשוב אין דער בראדער קהילה. א שטיק צייט איז ער געווען דער [[חזן]]. ער האט נישט געהאלטן פון זיין שוואגער וואס ער האט געהאלטן פאר אן עם הארץ. ס'איז גאנץ מעגלעך אז ער איז געווען דער גורם פארוואס מ'האט פארטריבן דעם בעל שם טוב פון בראד ביז ער האט זיך באזעצט אין [[מעזשביזש]]. נאך דעם התגלות פונעם בעל שם טוב איז אברהם גרשון געווארן פון זיין שוואגער'ס גרעסטע חסידים.