אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שמואל דוד האלבערשטאם"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 15:
רבי '''שמואל דוד האלבערשטאם''' איז דער [[קלויזענבורג|צאנז־קלויזענבורגער]] רבי אין [[ניו יארק]].
 
דער רבי איז דער יונגערער זון פון דעם פריערדיקן צאנז קלויזענבורגער רבי זי"ע, רבי [[יקותיאל יהודה האלבערשטאם]]. נאך דעם וואס זיין טאטע איז אוועק אום ט' תמוז תשנ"ד האטהאבן די מעןחסידים אים אויפגענומען אלס איינער פון די צאנז-קלויזנבורגער רבי'ס.
 
ער וואוינט אין [[בארא פארק]], [[ניו יארק סיטי|ניו יארק]], ווו ער האט זיין גרויסן בית המדרש אין צענטער פון געגנט.
 
דער רבי איז באוואוסט מיט זיין שטארקער עבודת התפילה, בפרט ביי [[קריאת שמע]], ווי מען קען ממש זעהן ווי דער רבי איז מקבל עול מלכות שמים מיט מסירת נפש, און מען זעהט ווי דער רבי גייט אויס ביי די ווארט א-ח-ד און ביי די ווערטער פון "ואהבת את ה' אלקיך" "בכל לבבך" אז עס קען דויערן צוויי צוויי א האלב שעה די ערשטע פרשה פון קריאת שמע אליין.
 
דער רבי איז אויך שטארק באוואוסט מיט די שטארקע פלפולים יעדע וואך פרייטאג צונאכט, אזוי אויך יעדן יום טוב, בפרט חנוכה זאגט דער רבי אלע אכט נעכט שטארקע פלפולים אויף דער [[סוגיא פון כבתה זקוק לה]]. עס איז אויך באקאנט פאר אלע מחברי ספרים אינעם פעלד פון פלפולים, אז מען קומט יעדע געלעגנהייט אריין צום רבי'ן אין הויף צו כאפן א ראיון, חידוש אדער סברה, וואס קען זיין גאר נוצבאר פאר תלמידי חכמים.
 
דער רבי איז דער נשיא פון די קהילה און מוסדות צאנז קלויזענבורג אין [[אמעריקא]] ([[בארא פארק]], [[וויליאמסבורג]]ֿ, [[מאנסי]], [[לייקוואוד]] און [[מאנטריאל]] [[קאנאדא]]) און אויך אין [[ירושלים]], בני ברק און [[אלעד]]. אויך איז דער רבי נשיא פון [[מפעל הש"ס העולמי]] און נשיא הכבוד פון דעם [[כולל חיבת ירושלים|גאליציאנער כולל]] צדקת [[רבי מאיר בעל הנס]].
 
זיין חסידות ציילט טויזנטער משפחות אין [[אמעריקא]], [[ארץ ישראל]], [[ענגלאנד]], [[בעלגיע]], [[אויסטראליע]] און איבער דער גארער וועלט.