אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "בערני סאנדערס"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
←‏פאליטיק: אמת אז סעקרעטערי מיינט סעקרעטאר און סטעיט מיינט שטאט, אבער 'סעקרעטערי אוו סטעיט' באדייט נישט 'שטאט סעקרעטאר'
שורה 49:
בערני האט געפירט א גאר שטילע און באשיידענע פאליטישע קאריערע, זייענדיג א צוריקגעצויגענער כאראקטער און פארמאגנדיג ווייניג פריינד. אבער זינט ער האט אנגעהויבן זיין פאליטישן קאמפיין פאר די 2016 פרעזידענטליכע וואלן, איז ער געווארן גאר שטארק פאפולער, בעיקר באליבט ביי די יונגע וויילער. אין אנפאנג האבן זיך באטייליגט ביי זיינע ראליס קוים עטליכע הונדערט מענטשן, אבער ריקנדיג זיך נענטער צו די פאקטישע וואלן, זענען זיינע אויפטריטן געשטיצט געווארן אין די מאסן מיט שווערע טויזנטער באטייליגטע.
 
===בירגערמייסטער פון בורלינגטאן===
===פרעזידענט קאנדידאט===
אין 1988 איז סאנדערס געווארן דער בירגערמייסטער פון [[בורלינגטאן]], נאכן געוואונען די וואלן מיט צען שטימען.
 
===ווערמאנט סענאטאר===
בערני זיצט יעצט אינעם סענאט אין [[וואשינגטאן]]. ער איז איינס פון די צוויי סענאטארן פון [[ווערמאנט]].
 
===2016 פרעזידענטליכע וואלן===
בערני לויפט יעצט פאר דער דעמאקראטישער נאמינאציע אנטקעגן די געוועזענע [[סעקרעטערי אוו סטעיט]] [[הילערי קלינטאן]]. ער איז באליבט בעיקר ביי די יונגע דעמאקראטן, און זיין אגענדע איז פרייע קאלעדזש א שטייגער ווי עס איז איינגעפירט אין רוב אייראפעישע לענדער און פרייע געזונט פארזיכערונג פאר אלע אמעריקאנער בירגער, ער קאמפיינט אז מען דארף צוברעכן די שטארקייט און איינפלוס וואס די ביליאנערן האבן אויף וואשינגטאן און פאליטיק, און ער וויל אפשאפן סיזיען יונייטדיט.