אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
←‏אויסמעקן: נײַע אָפּטײלונג
שורה 14:
 
ס׳איז טאקע וואָר אז טייל ארטיקלען אויף דער וויקיפעדיע זענען נישט גוט געשריבן, אדער קורץ, אדער נישט גראמאטיש. כ׳האלט אבער אז איידער אויסמעקן די ארטיקלען זאל מען זיי פארבעסערן. נישט אלע רעדאקטארן דא קענען שרייבן יידיש גוט. ס׳איז כדאי זיי אויסהעלפן לערנען ווי אזוי צו שרייבן מיט גראמאטיק. א דאנק!--<b>[[באניצער:פוילישער|פוילישער]]</b> 19:33, 17 פעברואר 2016 (UTC)
 
: די פּראָבלעם איז, אַז אַדאַנק גוגל, וואָס האָט געמאַכט אַזאַ נאַרישן טייטש מכשיר, קען יעדער איינער הובלעווען הונדערטער שטומפּן לכבוד זיין באַליבטער טעמאַטיק, ניט האָבנדיק דערביי קיין שום אַנונג פון דער שפּראַך. אויב מען וויל - זאָל מען בעסער צוערשט אין אייגענעם זאַמדקאַסטן שפּילן און ווען נייטיק - אַנדערע באַניצער בעטן, זיי זאָלן מיט דער שפּראַך העלפן. איך זע פּשוט ניט קיין ווערט אין למשל [[הונדערט און איינס דאלמאטיאנן]] (דאַלמאַטיאַן איז עפּעס אַן אַרמענישער נאָמען?) אָדער [[סעגא סאטורן]]. זיי אַלע זיינען קורץ און אין די צוויי זאַצן קען מען געפינען ניט ווייניקער ווי פינף פעלערן. לענגערע אַרטיקלען אויף וויכטיקע טעמעס (ווי [[בערני סאנדערס]]) שטעלן מיט זיך פאָר יע גאָר אַן אַנדער זאַך, אונדזער ציל איז ווי־נאָר־מעגלעך שנעל ''אַזעלכע'' אַרטיקלען צו ראַטעווען. [[באַניצער:Kuzia|הר ורדים]] ([[באַניצער רעדן:Kuzia|רעדן]]) 20:18, 17 פעברואר 2016 (UTC)