אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "בערני סאנדערס"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
צוגעלייגט אביסל און עטוואס פארבעסערט
שורה 45:
סאנדערס אידענטיפיצירט זיך אלס [[דעמאקראטישע פארטיי|דעמאקראט]], כאטש וואס טייל פון זיינע אידיאלאגיעס זענען פיל מער לינק געשטימט ווי די אנגענומענע מיינונגען אין די דעמאקראטישע פארטיי, זייענדיג א זעלבסט דערקלערטע סאציאליסט. זיינע שטארק ליבעראלע מיינונגען זענען בעיקר אין עקאנאמישע אין סאציאלע אנגעלעגנהייטן, ווי אז די רעגירונג זאל צושטעלן פרייע העלט אינשורענס פאר אלע אמעריקאנער בירגער, א פרייע קאלעדזש סיסטעם פאר יעדן, הייבן די שטייער אויף די רייכע אויף א פרעצידענטלאזע שטאפל און פארמערן מיט א ברייטקייט אלע סאשעל סעקיוריטי צדקה בענעפיטן.
 
פון דער אנדערע זייט, איז ער אבער אין אנדערע פאליטישע אנגעלעגנהייטן ווי נאציאנאלע זיכערהייט און אויסערן פאליטיק, יא מער רעכט און פאטריאטיש געשטימט, אנעמענדיג די מיינונג אז די רעגירונג דארף אנעמען א שטייפערן כאראקטער. אויך איז ער קעגן די קאנטראווערסיאלע גאן קאנראלקאנטראל געזעצן.
 
בערני האט געפירט א גאר שטילע און באשיידענע פאליטישע קאריערע, זייענדיג א צוריקגעצויגענער כאראקטער און פארמאגנדיג ווייניג פריינד. אבער זינט ער האט אנגעהויבן זיין פאליטישן קאמפיין פאר די 2016 פרעזידענטליכע וואלן, איז ער געווארן גאר שטארק פאפולער, בעיקר באליבט ביי די יונגע וויילער. אין אנפאנג האבן זיך באטייליגט ביי זיינע ראליס קוים עטליכע הונדערט מענטשן, אבער ריקנדיג זיך נענטער צו די פאקטישע וואלן, זענען זיינע אויפטריטן געשטיצט געווארן אין די מאסן מיט שווערע טויזנטעטויזנטער באטייליגטע.
 
===פרעזידענט קאנדידאט===
בערני לויפט יעצט פאר די דעמאקראטישע נאמינאציע אנטקעגן די געוועזענע סעקרעטערי אוו סטעיט [[הילערי קלינטאן]]. ער איז באליבט בעיקר ביי די יונגע דעמאקראטן, און זיין אגענדע איז פרייע קאלעדזש א שטייגער ווי עס איז איינגעפירט אין רוב אייראפעישע לענדער און פרייע העלט אינשארענסאינשורענס פאר אלע אמעריקאנע בירגער, ער קאמפיינט אז מען דארף צוברעכן די שטארקייט און איינפלוס וואס די ביליאנערן האבן אויף וואשינגטאן און פאליטיק, און ער וויל אפשאפן סיזיען יונייטדיט.
 
אין דעם 9'טן פעברואר 2016 האט בערני געשאפן היסטאריע ווערנדיג דער ערשטער [[ייד]] צו זיגן אין א פארמעסט אויף דעם העכסטן אמט אין די פאראייניגטע שטאטן. ער האט געוואונען די [[דעמאקראטישע פארטיי|דעמאקראטישע]] פריימערי וואלן אין [[ניו העמפשיר]], צו זיין דער קאנדידאט אין די 2016 פרעזידענטליכע וואלן, מיט א גאר שטארקן אויבערהאנט, אנציענדיג איבער 60 פראצענט פון די שטימען, אנטקעגן זיין מאכטפולן קעגנער די געוועזענע סערעטערי אוו סטעיט הילערי קלינטאן וועלכע האט באקומען בלויז 38 פראצענט.
 
אין די [[ניו העמפשער]] פריימערי וואלן האט סאנדערס באקומען 60% פון די שטימען און 15 פון די 24 וואלן-באשטימטע דעלעגאטן.