אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "סטאמבול"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ Removing Link GA template (handled by wikidata)
אין תקציר עריכה
שורה 1:
'''סטאמבול''' (פֿריער '''[[ביזאנץ]]''' און דערנאך '''קושטא''' אדער '''קאנסטאנטינאפאל''') איז די גרעסטע שטאט אין [[טערקיי]] און די דריטע גרעסטע אין דער וועלט. די שטאט נעמט איין 27 דיסטריקטן פונעם [[סטאמבול פראווינץ]].<ref>[http://www.ibb.gov.tr/en-US/Organization/AuthorityArea/Pages/Districts.aspx Istanbul Metropolitan Municipality: Districts of Istanbul]</ref> זי איז געבויט אויף זיבן בערג און געפֿינט זיך אויפן [[באספארוס]] דורכגאס און רינגלט ארום דעם נאטירלעכן [[האוון]] וואס איז באקאנט אלס דער [[גאלדענער הארן]], אין צפון-מערב פון לאנד. די שטאט ציט זיך סיי אויף דער אייראפעישער זייט ([[טראקיע]]) און סיי אויף דער אזיאטישער זייט ([[אנאטאליע]]) פונעם באספארוס, און איז די אייציגע [[מעטראפאליע]] אין דער וועלט וואס ליגט אין צוויי [[קאנטינענט]]ן. סטאמבול איז אמאל געווען די הויפטשטאט פון דער [[רוימישער אימפעריע]] (330–395), פון דער [[ביזאנטישער אימפעריע]] (395–1204 און 1261–1453), פון דער [[לאטיינישער אימפעריע]] (1204–1261), און פון דער [[אטאמאנישער אימפעריע]] (1453–1922).
 
סטאמבול איז די [[קולטור]] און [[פינאנץ]] צענטער פֿון [[טערקיי]]. די שטאט איז אויסגעקליבן ווי די בשותפותדיקע [[אייראפעישער הויפטשטאט פון קולטור]] פאר 2010.