אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "עסקאלאטאר"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ Bot: Migrating 46 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q15003 (translate me)
אין תקציר עריכה
שורה 1:
אן '''עסקאלאטאר''' איז א טראנספארט דעווייסמיטל געמאכט צו טראנספערירן מענטשן פון איין שטאק צום צווייטן. דער עסקאלאטאר איז בעיקר דעזיינט צו טראגן מענטשן איין אדער עטליכע שטאק אנשטאט א [[ליפט]] וואס לויפט צענדליגער שטאקן אין א קורצע צייט. די עסקעלעיטאר איז בעסער ווי דער ליפט וויבאלד עס ארבעט מיט א קאנוואויער פאסיג וועלכע גייט ארום און ארום און קען טראגן פאסאזשירן איינע נאך די אנדערע אן זיך אפשטעלן אין קאנטראסט צו א ליפט וועלכע נעמט נאר א צאל פאסאזשירן און די איבעריגע דארפן ווארטן ביז עס קומט נאכאמאל צוריק.
 
עסקאלאטארן זענען היינט א טייל פון יעדע גרויסע דעפארטמענט געשעפט, [[לופטפעלד]]ער, [[באן סטאנציע]]ס, און נאך פארשידענע פובליק געביידעס. מענטשן וועלן אדער בלייבן שטיין אויף אן עסקאלאטאר און מיטפארן דערמיט אדער וועלן זיי גיין די שטיגן און פארשנעלערן די וועג ארויף פיל-פאכיג.
שורה 8:
== היסטאריע ==
 
דער ערפינדער פון דידעם עסקאלאטאר איז געווען טשארלס ווילער וועלכער האט געמאכט א פאטענט פון זיין אויסטרעף נאך אין 892'. ווילער האט נישט דערלעבט צו זען עפעס פירות פון זיין ערפינדונג אבער זיינע פארשריפטן זענען גענוצט געווארן דורך אנדערע וויסנשאפטלער און אין 899' האט א גרויסע ליפט פירמע אפגעקויפט דעם געדאנק און האט אנגעהויבן ארבעטן דערויף.
 
דער ערשטער עסקאלאטאר איז אינסטאלירט געווארן אין די קאני איילענד אויספלוג פארק אין ברוקלין, ניו יארק אין די ענדע פונעם 19'טן יאר-הונדערט. דארט האט דער עסקאלאטאר געדינט אלס א רייד פאר קינדער. דער ערשטער עסקאלאטאר צו טראגן מענטשן איז אינסטארלירט געווארן דורך די אויבנדערמאנטע ליפט פירמע אין א מוזעאם אין פאריז. דער עסקעלעיטאר איז געווען א סוקסעס און איז באריכטעט געווארן אין צייטונגן איבער די גאנצע וועלט. פון דארט האט שוין נישט גענומען לאנג ביז אנדערע פלעצער האבן דאס באקומען און ביז 10 יאר האט מען דאס געקענט זען אין טויזענטער שאפינג צענטערן, לופטפעלדער, באן סטאנציעס, און בענק איבער די גאנצע וועלט.
שורה 42:
== עקסידענטן ==
 
טראץ וואס עסקעלעיטארסעסקאלאטארן זעעןזען אויס זייער פארזיכערט האבן אין פאקט שוין פאסירט אסאך עקסידענטן און אפילו טויט פעלער און טאקע דערפאר זענען פאראן אסאך מענטשן וואס האבן מורא צו גיין דערויף און וועלן ענדערש נעמען א ליפט אדער גיין די שטיגן.
 
עס מאכט זיך אפט אז מענטשן פארלירן באלאנס און פאלן און וויבאלד דאס פארט ווערט מען אויטאמאטיש צעקלאפט. אן אנדערע פראבלעם איז אז טיילמאל פאר'הנקעט זיך קליידער אדער עפעס וואס מען האלט אין די הענט און דאס שלעפט דעם מענטש. דאס איז געווען דער טויט-פאל דעם פארגאנגענעם פעברואר מיט פרענסיקאו פארטילאו פון באסטאן וועמענ'ס מאנטל האט זיך אריינגעכאפט אין איינע פון די טרעפ און ער איז נאכאנאנד פארוואונדעט געווארן אין קאפ זינט ער האט זיך נישט געקענט אוועקרירן פון פלאץ.