אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "משולם פייש לאווי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
אין תקציר עריכה
טאַגן: וויזועלער רעדאקטירונג מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 3:
 
== '''זיין לעבן''' ==
רבי משולם פייש איז געבוירן אדר תרפ"בא אין [[טאש]], [[אונגארן]] צו זיין פאטער רבי מרדכי סג"ל לאווי, שפעטער אבדק"ק פון [[דעמעטשער]], א זון פון רבי אלימלך לאווי, דער סבא קדישא פון טאהש, א זון פון רבי משולם פייש סג"ל לאווי, און צו זיין מוטער מרת צירל, די טאכטער פון ר' יעקב פעקעטע פון נירבאטור.
ער איז אויפגעהאדעוועט געווארן ביי זיין זיידן רבי אלימלך סג"ל לאווי, וואס האט גאר שטארק מחבב געווען זיין אייניקל, והעיד עליו אז ער וועט נאך זיין א פועל ישועות בקרב הארץ. ווען ער האט געווען צוועלף יאר אלט, איז ער געפארן לערנען אין די ישיבה פון זיין פעטער, רבי אשר לאווי, אין קאלוב. אין יאר תש"ג, מיטן [[צווייטן וועלט קריג]], האט מען אים געשלעפט צום אונגארישער ארבעטס-דינסט (מונקא-טאבאר). און נאכדעם געשיקט געווארן אינעם לאגער אין קאשוי. די דארטיגע קאשוי אידן האבן רחמנות געהאט אויף דעם בחור, און אים באהאלטן פון די דייטשן וואס האבן אים געזוכט מיט לעכט, נאכדעם וואס ער האט זיך נישט געשטעלט. שארית הפליטה פארציילן, אז איינמאל בימי הזעם האבן די דייטשע מלאכי חבלה געוואלט אומברענגען דעם צדיק ווייל ער האט זיך באהאלטן און געלערענט, ווען דער דייטש איז געקומען נעבן די צדיק האט ער אויפגעהויבן זיין האק להמיתו, ווי נאר די צדיק האט דאס געזען האט ער אים אנגעקוקט מיט זיינע הייליגע אויגן, און א שרעק איז אים באפאלן, און ער האט אפגעלאזט דעם האק און איז אנטלאפן. אויפן פראגע פונעם אויבערהאר פארוואס ער האט אים נישט געהרג'ט, האט ער געזאט: איך ווייס נישט צו דער מענטש איז מלאך אדער א מכשף, אבער ווי נאר איך האב אים אנגעקוקט האט מיר דעם שלאק באטראפן. שפעטער האט מען אים געפירט צום לאגער אין [[מארגארעטין]]. וואו ער איז מיט נסים באפרייט געווארן אום כ"ב כסלו. דארט איז ער באפרייט געווארן דורך די [[רויטע ארמיי]] ווען זיי האבן איינגענומען די שטאט.