אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "משולם פייש לאווי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 1:
[[בילד:Rebbe tosh.jpg|כ"ק אדמו"ר הגה"ק מטאהש זצ"ל|קליין|250px]]
רבי '''משולם פייש סג"ל לאָווי''' (ג׳ ניסן [[תרפ"בא|תרפ"א]] - כ"ז אב [[תשע"ה]]) ([[אונגעריש]]ער נאמען: '''Lőwy Ferencz''') איז געווען דער פערטער [[אדמו"ר|רבי]] פון דעם [[טאהש (הויף)|טאהשער הויף]]. ער האט אויפגעשטעלט [[קרית טאהש]], [[קאנאדע]], וואו ער האט וואוינט, און איז געווען איינער פון די לענגסטער פירנדע רביים אין זיינער צייט, ער האט אנגעהויבן פירן זיין רעביסטווע ארום תש"ח. ער האט זיך נישט געמישט אין קיין שום חסיד'ישע מחלוקת קיינמאל אין זיין לעבן. און ער איז געווען א היסטארישער בעל [[צדקה]]. מיט פאסירונגען פון זיינע טיילן געלטער פאר ארימעלייט וואס לאזט זיך נישט גלייבן. דער טאהשער רבי זצ"ל איז געווען באליבט און פארהייליגט ביי אלע שיכטען און שאטירונגען פון כלל ישראל. ער איז געווען א ריכטיגער אוהב ישראל, און האט ליב געהאט יעדן איד אהבת נפש. טאהשער רבי איז געווען פון די לעצטע פארבליבענע צדיקים קדושים שעבד את קונו בסילודים כחד משרפי מעלה. א געטליכער געשטאלט און א ריכטיגען דמות פון איינער פון די פריערדיגע תלמידי בעש"ט נבג"מ. ווער עס האט נאר אמאל געזען דעם צדיק פלעגט פארכאפט ווערן אין א רגש של תענוג פון די לעכטיגע שטראלענדע אויגן וואס האבן געלאכטן כעיני השמש. ער איז געווען די הארץ פון כלל ישראל, וואס זיין קדושה האט באלאכטען די גאנצע וועלט. און טויזענטער אידן פלעגן שטראמען צו אים פאר ישיעות ורפיאות.
 
== '''זיין לעבן''' ==