אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "משולם פייש לאווי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 1:
[[בילד:Rebbe tosh.jpg|כ"ק אדמו"ר פוןהגה"ק טאהשמטאהש זצ"ל|קליין|250px]]
רבי '''משולם פייש סג"ל לאָווי''' (ג׳ ניסן [[תרפ"ב|תרפ"א]] - כ"ז אב [[תשע"ה]]) ([[אונגעריש]]ער נאמען: '''Lőwy Ferencz''') איז געווען דער פערטער [[אדמו"ר|רבי]] פון דעם [[טאהש (הויף)|טאהשער הויף]]. ער האט אויפגעשטעלט [[קרית טאהש]], [[קאנאדע]], וואו ער האט וואוינט, און איז געווען איינער פון די לענגסטעלענגסטער פירנדע רביים אין זיינער צייט, ער האט אנגעהויבן פירן זיין רעביסטווע ארום תש"ח. ער האט זיך נישט געמישט אין קיין שום חסיד'ישע מחלוקת קיינמאל אין זיין לעבן. אןאון ער איז געווען א היסטארישער בעל [[צדקה]]. מיט פאסירונגען פון זיינע טיילן געלטער פאר ארימעלייט וואס לאזט זיך נישט גלייבן. דער טאהשער רבי זצ"ל איז געווען באליבט און פארהייליגט ביי אלע שיכטען און שאטירונגען פון כלל ישראל. ער איז געווען א ריכטיגער אוהב ישראל, און האט ליב געהאט יעדן איד אהבת נפש. טאהשער רבי איז געווען פון די לעצטע פארבליבענע צדיקים קדושים שעבד את קונו בסילודים כחד משרפי מעלה. א געטליכער געשטאלט און א ריכטיגען דמות פון איינער פון די פריערדיגע תלמידי בעש"ט נבג"מ. ווער עס האט נאר אמאל געזען דעם צדיק פלעגט פארכאפט ווערן אין א רגש של תענוג פון די לעכטיגע שטראלענדע אויגן וואס האבן געלאכטן כעיני השמש. ער איז געווען די הארץ פון כלל ישראל, וואס זיין קדושה האט באלאכטען די גאנצע וועלט. און טויזענטער אידן פלעגן שטראמען צו אים פאר ישיעות ורפיאות.
 
== '''זיין לעבן''' ==
רבי משולם פייש איז געבוירן אדר תרפ"ב אין [[טאש]], [[אונגארן]] צו זיין פאטער רבי מרדכי סג"ל לאווי, שפעטער אבדק"ק פון [[דעמעטשער]], א זון פון רבי אלימלך לאווי, דער סבא קדישא פון טאהש, א זון פון רבי משולם פייש סג"ל לאווי, און צו זיין מוטער מרת צירל, די טאכטער פון ר' יעקב פעקעטע פון נירבאטור.
ער איז אויפגעהאדעוועט געווארן ביי זיין זיידן רבי אלימלך סג"ל לאווי, וואס האט גאר שטארק מחבב געווען זיין אייניקל, והעיד עליו אז ער וועט נאך זיין א פועל ישועות בקרב הארץ. ווען ער האט געווען צוועלף יאר אלט, איז ער געפארן לערנען אין די ישיבה פון זיין פעטער, רבי אשר לאווי, אין קאלוב. אין יאר תש"ג, מיטן [[צווייטן וועלט קריג]], האט מען אים געשלעפט צום אונגארישער ארבעטס-דינסט (מונקא-טאבאר). און נאכדעם געשיקט נאךגעווארן איינעםאינעם לאגרלאגער אין קאשוי. די דארטיגע קאשוי אידן האבן רחמנות געהאט אויף דעם בחור, און אים באהאלטן פון די דייטשן וואס האבן אים געזוכט מיט לעכט, נאכדעם וואס ער האט זיך נישט געשטעלט. שארית הפליטה פארציילן, אז איינמאל בימי הזעם האבן די דייטשע מלאכי חבלה געוואלט אומברענגען דעם צדיק ווייל ער האט זיך באהאלטן און געלערענט, ווען דער דייטש איז געקומען נעבן די צדיק האט ער אויפגעהויבן זיין האק להמיתו, ווי נאר די צדיק האט דאס געזען האט ער אים אנגעקוקט מיט זיינע הייליגע אויגן, און א שרעק איז אים באפאלן, און ער האט אפגעלאזט דעם האק און איז אנטלאפן. אויפן פראגע פונעם אויבערהאר פארוואס ער האט אים נישט געהרג'ט, האט ער געזאט: איך ווייס נישט צו דער מענטש איז מלאך אדער א מכשף, אבער ווי נאר איך האב אים אנגעקוקט האט מיר דעם שלאק באטראפן. שפעטער האט מען אים געפירט צום לאגער אין [[מארגארעטין]]. וואו ער איז מיט נסים באפרייט געווארן אום כ"ב כסלו. דארט איז ער באפרייט געווארן דורך די [[רויטע ארמיי]] ווען זיי האבן איינגענומען די שטאט.
 
אין יאר תש"ו האט ער חתונה געהאט מיט מרת חווה די טאכטער פון רבי יהודה וויינגארטן, אן אייניקל פון רבי [[אלימלך פון ליזשענסק]]. די איבערלעבנדע טאהשער חסידים האט אים באשטימט אלץ רבי. ער האט זיין הויף אין [[נירעדהאז]] געפירט פאר צוויי און א האלב יאר ביז תשי"א, ווען ער האט אלהאבער זיינעגעזען די אויפשטאנד פון קומוניזם, האט ער זיך אויפגעהויבן אין עמיגרירט מיט א ענגע צאל חסידים באפוילןקיין צומאנטריאל. אימיגרירןדי קיןצוויי אויסלאנדהויפט צוליבחסידים וואס זענען געשטאנען מיט אים די קאמוניסטישעגאנצע צייט זענען געווען ר' בנימין זאב זוסמאן ז"ל, און ר' שלמה יעקב זילבער. ביידע האבן מאריך ימים געווען, און ליגן ביידע באהאלטן אין טאהש נעבן רעגירונגאים.
 
ער האט זיך אריבער געצויגען אין [[מאנטרעאל]], [[קאנאדע]] איןאום אדר תשי"א. אין י"ד תשרי תשי"ג איז דעם טאהשער קהלה ([[פראנצויזיש]]: Tasher Congrégation) אין מאנטרעאל געגרינדעט געווארן. צעהן יאר שפעטער, אין תשכ"ג, האט ער געגרינדעט א שטעטל "קרייתקרית טאהש". אנפאנג האט דאס שטעטל פארמאגט בלויז אכצןאכצען הייזער, כהיום וואוינען דארט קרוב צו פינף הונדערט משפחות.
 
די לעצטע עטליכע יאר פאר זיין פטירה האט זיך דער רבי שטארק געמוטשעט מיט זיין געזונט, דאך איז ער אנגעגאנגען פעסט מיט זיין טעגליכע עבודת הקדוש מיט מסירת נפש, ווי ער פלעג אויסזאגן תהלים גאר אפט, און גאר ווייניג עסן אפילו אין גאר שוואכע טעג.
שורה 15:
כלל ישראל האט פיל מתפלל געווען פאר זיין געזונט, זייענדיג כמעט פון די לעצטע פארצייטישע רבנים, די מצב איז כסדר געגאנגען צום ערגערונג, אבער ער האט וואונדערליך געצויגן ביזן טיפן עלטער פון 93 יאר, ווען ער איז נסתלק געווארן פון די וועלט אום 12'טן פון אוגוסט - כ"ז אב, יארע 2015. לדאבון לב כל ישראל, וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.
 
== '''טיילן געלט אויף צדקה''' ==
זיינע צדקות בנגלה ובנסתר איז געווען מרפסין איגרא, צוזאגענדיג דערביי ישועות. כידוע פון חסידישע ספרים אז דער [[קראנק|חולה]] געבט צדקה העלפט [[גאט|הקב"ה]] אין דעם זכות און ער ווערט אויסגעהיילט. ווי עס שטייט וצדקה תציל ממות.
 
עס מוז באטאנט ווערט אז דער טאהשער רבי האט קיינמאל נישט פארמאגט א שפארן-קאנטע אין באנק, און שטענדיג האט ער צוטיילט מער געלט ווי ער האט פארמאגט. מען האט געזאגט אויף אים, אז קיינמאל האט ביי אים נישט איבערגענעכטיגט קיין געלט.
 
צ.ב.ש ווי אזוי ער האט פארטיילט די לעצטע פרוטה, אפילו אין די שווערסטע אומשטענדן ווען ער האט געמוזט אליין האבן געלט, און ווי אזוי ער האט אויסגעשפילט זיינע אייגענע גבאים און שטוב מענטשן וועלכע האבן איהם געוואלט אפהאלטן פון פארטיילן אזוי א סאך.
 
ארימעלייט, איבערהויפט בנש"ק'לעך, דערציילן אז ער האט ארויסגעשלעפט פאר זיי געלט פון די זאקן שיך א.א.וו. פאר זיי, ווארטענדיג די גבאים זאלן נישט באמערקן זיין באהעלטעניש. שוין אין די יונגע יארן פלעגט ער שטענדיק גיין נאך געלט פאר ארימע משפחות, כלות און יתומים.
 
== '''הסתלקות''' ==
דער טאהשער רבי זצ"ל איז געווארן שטארק אפגעשוואכט די לעצטע צען יאר פאר זיין פטירה. און ער איז נסתלק געווארן אין א הויכע עלטער פון 95 יאר, כ"ז אב שנת תשע"ה. טויזענטער אידן פון איבער די וועלט האבן אים באגלייט למנוחה ביי חצות הלילה. ויבכו אותו את כל בית ישראל.
 
== זעט אויך ==