אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אביי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
פֿאַרבײַט דעם בלאַט מיט 'GGGGGGGGGGGGGGGGGGGGGGGGGGGGGGGGGGGGG'''<ref>FGFF</ref>''''
מ רעדאַקטירונגען פֿון 82.80.17.163 צוריקגענומען (רעדן) צו דער לעצטער ווערסיע פֿון Syum90
שורה 1:
[[טעקע:Tomb of Tannaim Abaye and Rava ap 002.jpg|קליין|250px|די מערה פון אביי און רבא]]
GGGGGGGGGGGGGGGGGGGGGGGGGGGGGGGGGGGGG'''<ref>FGFF</ref>'''
'''אביי''' דער [[אמורא]] איז געווען ראש ישיבה אין [[פומבדיתא]]. ער איז געווען א תלמיד פון [[רבה בר נחמני]]. ער ווערט דערמאנט אסאך מאל אין ש"ס, און ער איז דער בר פלוגתא פון [[רבא]]. געבוירן אין שנת [[ד"א ל"ט]] און איז נפטר געווארן [[ד"א צ"ו — צ"ט]], (סדר הדורות).
 
== ביאגראפיע==
 
אביי'ס פאטער האט געהייסן כייליל (זבחים קיח: רש"י ד"ה חד ברא). די גמרא פארציילט אז ווען ער איז געווען קליין האט שוין רבה געמערקט אויף איהם אז ער וועט אויסוואקסן א גרויסער מענטש ער האט אויף איהם געזאגט דעם שפריך ווארט בוצין בוצין מקטפי ידוע (ברכות מח.).
 
ער איז געווען א כהן , אבער זיין סדר איז געווען ער האט נישט גענומען די מתנות פון כהונה נאר איינמאל א יאהר ערב יום כיפורים כדי מען זאל וויסן ער איז א כהן (שבת קלג.). אפילו ווען מען געדוכנט איז ער נישט ארויף אויף די בימה מיט אנדערע כהנים ווייל ער פלעגט זיין זייער פארטועהן אין לערנען מיט זיינע תלמידים (שם).
 
ער איז געווען א קיילעכדיגער יתום אהן א טאטע און אהן א מאמע, זיין טאטע איז געשטארבן פאר ער איז געבוירן, און ווען ער איז געבוירן איז זיין מאמע געשטארבן. ער איז אויפגעצויגן געווארן ביי א פרוי, ער פלעגט אסאך נאכזאגן זאכן פון איהרט וועגן ווי דער גמרא זאגט אז אביי פלעגט זאגן אמרה לי אם מיין מאמע האט מיר געזאגט (שבת סו: קלד. עירבוין כט: סה. יומא עח: מו"ק יב. יח.) דאס מיינט דער וואס האט איהם אויפגעצויגן (קידושין לא:). די וועלט זאגט אז אביי איז די ראשי תיבות פון דעם פסוק א'שר ב'ך י'רוחם י'תום (הושע יד, ב).
 
זיין עכטער נאמען איז געווען [[נחמני]], (שבת לג. עד. מעילה כ:). ער האט געהייסן אזוי נאך זיין זיידע און אזוי ווי ער איז געווען א תלמיד פון זיין פעטער [[רבה בר נחמני]] און רבה האט איהם נישט געוואלט זאגן דעם נאמען פון זיין טאטע האט ער איהם גערופען אביי פון דעם לשון טאטע, און דערפון איז געווארן דער נאמען אביי. (ערוך, ורש"י פ' המקבל).
 
אין א צווייט פלאץ זאגט רש"י (גיטין לד:) פארקערט זיין עכטער נאמען איז געווען אביי, נאר זיין פעטער רבה האט איהם זייער ליב געהאט און איהם גערופען אויפן נאמען פון זיין טאטע נחמני.
 
עס איז דא א הלכה אז אויב א פרוי האט צוויי מאל אדער דריי מאל חתונה און יעדעס מאל שטארבט דאס מאן, דארף מען חייש זיין מער נישט חתונה האבן מיט איהר ווייל אפשר איז זי א קטלנית, דאס הייסט איהרע מענער האלטן זיך נישט ביי איר, פארציילט די גמרא (כתובות סה.) אז אביי האט נישט געהאלטן ווי רבי אז ביי צוויי מאל הייסט א חזקה און ער האט חתונה מיט א שיינע פרוי א [[יפת תואר]] וואס האט שוין געהאט צוויי מענער פאר איהם, ביידע מענער זענען געווען גרויסע תלמידי חכמים איינער [[רחבה פון פומפדיתא]] דער צווייטער רבי [[יצחק דער אייניקל פון רבה בר בר חנה]], אבער אביי האט נאך זיין חתונה נישט מאריך ימים געווען.
 
ער איז געווען פון די משפחה פון בית [[עלי]] (וואס ווערט דערמאנט אין [[ספר שמואל|שמואל א']]). און כאטש אלע כהנים פון בית עלי זענען געשטארבן יונגערהייט צוליב דעם עונש וואס שטייט דארט אין פסוק אבער אביי האט געלעבנט ביז די זעכציג יאר ווייל ער האט געלענרט תורה און אויך געטוהן אסאך טובות פאר אידן (ראש השנה יח. יבמות קה.).
 
 
== פון זיינע מנהגים און גוטע זיטען ==
 
אביי פלעגט גיבן די הענט פאר אלטע לייט און זיי געהאלפן זיך באוועגן (קידושין לג. ושאילתות דרב אחא).
 
ער האט באוויזן א קונץ שטיק, ער האט געווארפן אכט אייער און זיי אלע געכאפט איינס נאך אנאנד (סוכה נג.).
 
ער האט זיך שטארק געפרייעט ווען א תלמיד חכם האט מסיים געווען א מסכתא, ער פעלגט דאן מאכן א סעודה א סיום מסכתא פאר אלעמען ( שבת קיח:).
 
 
== די הלכה בלייבט ווי ער ==
 
די גמרא זאגט (גיטין לד:) והלכתא כנחמני, די הלכה בלייבט ווי אביי וואס הייסט נחמני.
 
עס איז דא א כלל אז די הלכה בלייבט ווי אביי ביי די הלכות פון [[יע"ל קג"ם]] [דאס איז ראשי תיבות י'אוש שלא מדעת (ב"מ כב), ע'ד זומם (סנהדרין כז), ל'חי העומד מאליו (עירובין טו.), קידושין שלא נמסרו לביאה (קידושין נא), ג'ילוי דעת בגיטין (גיטין לד), מ'ומר (סנהדרין כז), עס שטייט אין מלחמות ה' (מסכת ב"ק י.) אז אויב עס איז א פשוט'ע זאך פאר אביי און פאר זיין חבר רבא איז עס א ספק, דאן בלייבט די הלכה ווי אביי.
 
 
== זיין גרויסקייט ==
 
אין הימל האט מען אויסגערופען זיי געווארט אין דעם צדיק נחמני, און דערפאר האט ער געקענט פארטרייבן די קליפה פון [[אגרת בת מחלת]] (פסחים קיב:).
 
די גמרא זאגט אין [[מסכת תענית|תענית]] אז מען פלעגט אים שיקן א גריס א שלום עליכם פון הימל יעדן ערב שבת.
 
די גמרא פארציילט (גיטין מה.) עס איז אים אמאל פארלוירן געווארן אן אייזל צווישן גוים, און ער האט געגעבן א סימן אויף אן אייזל אז עס איז זיינס, האט מען אים געזאגט "אלמלא נחמני את" ווען דו ביסט ווען נישט אזא צדיק וואלט מיר דיר עס נישט צוריקגעגעבן, אבער מיר ווייסן אז דו זאגסט נישט קיין ליגנט.
 
 
== אלס ראש ישיבה ==
 
אביי איז געווען דער ראש ישיבה אין [[פומבדיתא]] נאך רב יוסף, נאך אביי איז רבא געווארן דער ראש ישיבה (גיטין סו"פ הנזיקין, ברכות פרק הרואה), ער איז געווארן ראש ישיבה אין יאהר [[ד"א שנת פ"ה]], (סדר הדורות ערך ד"א צ"ט בחלק א'. ער איז געווען דרייצען אבער פערצין יאהר ראש ישיבה (ספר יוחסין).
 
די גמרא פארציילט ווען מען געוואט שטעלן א ראש ישיבה איז דארט געווען ר' זירא, און רבה בר מתנה, און רבא, יעדען האט מען אפגעפרעגט נאר נישט אביי, דעריבער האט איהם רבא געזאגט פתח נחמני הייב אהן נחמני
 
 
== זיינע חברים ==
 
[[רב יוסף]] איז געווען זיין חבר און אויך זיין רבי (שבת מה: קידושין לג. ערכין ספ"ד) זעה אין (מנחות לה:) אביי איז געזעסן פאר רב יוסף.
 
{{אמוראים}}
[[קאַטעגאָריע:אמוראים]]
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/אביי"