אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דייטש"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 1:
[[טעקע:Map German SpeakingWorld.png|קליין|250px|די דייטש ריידנדיקע וועלט]]
 
'''דייטש''' אָדער '''דייטשיש''' (''Deutsch - דויטש'') איז אַן אינדאָ־אייראָפּעאישע [[שפּראַך]] וואָס מען רעדט אין עטלעכע לענדער. דייטש איז איינע פון די פּאָפּולערסטע שפּראַכן אין דער גאָרער וועלט. עס ווערט גערעדט ווי [[מאַמע לשוןמוטערשפראך]] פון איבער הונדערט מיליאָן מענטשן.
 
דייטש איז די פּרינציפּיעלע און אָפיציעלע שפּראַך פון [[דייטשלאַנד]], [[עסטרייך]] און [[ליכטנשטיין]] און איינע פון די אָפיציעלע שפּראַכן אין דער [[שווייץ]] און [[לוקסעמבורג]]. די שפּראַך איז זייער אַ כלערלייאיקע: ס׳איז דאָ אַ סך [[דיאלעקט|דיאַלעקטן]]. פונדעסטוועגן, ס׳איז אַ באַשטימטע נאָרמע, וואָס הייסט הויך־דייטש, אָדער קאָרעקטער געזאָגט סטאַנדאַרט דייטש. די נאָרמע ווערט באַניצט אין שולעס, אוניווערסיטעטן, פאַר אָפיציעלע דאָקומענטן, אין אַלע [[מלוכה|מלוכישע]] אינסטיטוציעס און אין [[מאַסן מעדיע]] און [[ליטעראַטור]]. דעם הויך־דייטש לערנען אויסלענדער אַלס אַ פרעמדע שפּראַך ביי שפּראַך קורסן. די דייטש־שפּראַכיקע לייט רעדן הויך־דייטש אָדער אַ דיאַלעקט אָדער ביידע. אין שטעט רעדן מענטשן בדרך־כלל הויך־דייטשיש, צומאָל מיט קליינע לאָקאַלע וואַריאַציעס. לדוגמא, די נאָרמעס אין [[דייטשלאַנד]], [[עסטרייך]] און דער [[שווייץ]] צייכענען זיך אויס אין באַנוצונגען פון עטלעכע ווערטער און אויסדריקן.