אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פאריז"

1,037 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 5 יאָר
אין 1871 האט [[פרייסן]] גענומען פאריז.
 
ביז 1901 איז די באפעלקערונג פון פאריז געוואקסן צו 2,715,000. א סך קינסטלער האבן זיך באזעצט אין פאריז, צווישן זיי [[פאבלא פיקאסא|פיקאסא]] און [[מאטיס]]. פאריז איז געווען דער געבורטארט פון [[פאוויזם]], [[קוביזם]] און [[אבסטראקטע קונסט]].
 
ביי דער [[ערשטע וועלט-מלחמה|ערשטער וועלט-מלחמה]], איז פאריז געווען א שטיק צייט דער פראנט. צווישן 600 און א טויזנט פאריזער טאקסיס האבן געשפילט א ראלע אין דער מלחמה ווען זיי האבן געפירט 6,000 זעלנער צום פראנט ביים ערשטן קאמף פונעם מאַרן. די שטאט פאריז איז באמבארדירט געווארן דורך [[צעפעלין|צעפעלינען]]. אין די יארן נאך דער מלחמה האט פאריז געצויגן שרייבער, מוזיקאנטן און קינסטלער פון ארום דער וועלט, צווישן זיי [[ערנעסט העמינגוויי]], [[איגאר סטראווינסקי]], [[זשאסעפין בייקער]] און דער מאלער [[סאלוואדאר דאלי]].
 
זייט זיין באפרייאונט פון נאצי דייטשלאנד אין 1944 דורך די אליאירטע קראפטן איז פאריז געבליבן די פרייע הויפטשטאט פון פראנקרייך.
79,502

רעדאקטירונגען