אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אור הגנוז"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
מאין תקציר עריכה
שורה 3:
דער יישוב אור הגנוז איז געגרינדעט געווארן אין יאר ה'תשמ"ט דורך א גרופע פרומע אידן, וועלכע האבן דארט אויפגעשטעלט מוסדות התורה און אלע געברויכן פאר חרדישע איינוואוינער. אזוי אויך איז דא דארט א וויין פאבריק און א מצה בעקעריי.
 
אור הגנוז געפונט זיך הארט נעבן בר יוחאי און אויף דער אנדערע זייט איז זי נאנט צום אור-אלטן היסטאריש דערפל "[[ספסופה]]". אויך איז זי גאר נאנט צו [[מירון]], נישט מער ווי א דריי פערטל שעה גאנג צום קבר [[שמעון בר יוחאי|הרשב"י]].
 
די איינוואוינער דארט האבן א ספעציעלן נאנטקייט צום לימוד ה[[קבלה]] און תורת הנסתר וועלכער [[שמעון בר יוחאי|רשב"י]] האט מגלה געווען, און דאס ווערט פיל אונטערגעשטיצט מיטן געאגראפישן נאנטקייט צום קבר הרשב"י. דער מירון'ער אטמאספערע גיסט זיך איבער, אין א געוויסן זין, אויך קיין אור הגנוז, וועלכער טראגט טאקע דעם נאמען פון איינע פון די פונדאמענטאלע באגריפן אין חכמת הקבלה, "אור הגנוז".