אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פידל"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
צוגעגעבן פּרטים װעגן פֿונקציע פֿון פֿידל און פֿאַרבעסערט עטלעכע גרײַזן
מאין תקציר עריכה
שורה 1:
דער '''פידל''' ווערט פאררעכנט װי דער קעניג פון די [[מוזיק אינסטרומענטן]], צוליב די הארציקע מעלאדיעס וואס ער גיט ארויס און וואס מאַכן אים א יחיד במינו צװישן אלע כּלי־זײן אין די [[ארקעסטער]]ס.
 
דער [[פידל]] געהערט צו דער פֿאַמיליע פֿון די [[סטרונע אינסטרומענטן]]. מע שפילט דעם פֿידל מיט א שטעקעלע אױף װאס עס זענען געשפּאַנט פֿערדהאָר און װאָס מע רופֿט אָן דעם סמיטשעק. דער [[פידלער]] פֿירט דעם סמיטשיק ארויף און אראפ אויף די פידלבענדלעך (די סטרונעס). די רײַבונג פֿון די פֿערדהאָר אױף די סטרונעס איז גורם װיבראַציעס װאָס ברענגען אַרױס פֿון די פֿאַרשײדן גראָבע סטרונעס פֿאַרשײדן הױכע טענער. װאָס גראָבערגרעבער די סטרונע, װאָס טיפֿער דער טאָן. אַז מע זאָל פֿון די פֿיר סטרונעס פֿונעם פֿידל אַרױסברענגען מער װי פֿיר טענער, קען דער פֿידלער די סטרונע װאָס ער שפּילט אָן מיטן סמיטשיק פֿאַרקירצן דורך אַרױפֿלײגן אַ פֿינגער אױף דער סטרונע. װאָס קירצער דער חלק פֿון דער סטרונע װאָס קען װיברירן, װאָס העכער דער געשאַפֿענער טאָן. בשעת'ן שפילן מיטן פידל, דריקט מען צו דעם קלאַנגקערפּער פונעם פידל צווישן דעם האלז און די אקסל. מיט איין האנט האלט מען דעם פֿידל און פֿאַרקירצט די סטרונעס, מיט דער אַנדערער באַװעגט מען דעם סמיטשיק.
 
אין דער פידל־פאמיליע זענען פאראן עטליכע ערליי.
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/פידל"