אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ייד"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 16:
איינע פון די צילן, סיבות, און מיסיעס פון דעם איד: איז צו לויבן גאט, און מען זאגט א פשעט'ל אז דערפאר הייסט ער "איד" פון לשון אודה און הודיה, זיי לויבן און דאנקן גאט מיט זייער מויל, פירונג, און טואונגען. ווי דער [[נביא]] ערקלערט: {{דיק|עַם-זוּ יָצַרְתִּי לִי, תְּהִלָּתִי יְסַפֵּרוּ|ישעיהו מ"ג}}
 
== אידישע פאלקס גרינדונג איןאון היסטאריע ==
די היסטאריע פון אידישן פאלק ציט זיך שוין פאר איבער דריי און האלב טויזנט יאר, עס איז איינע פון די עלסטע פעלקער וואס עקזיסטירט נאך ביז היינט. איר גרינדונג און היסטאריע איז ברייט באשריבן אין [[תנ"ך]] און אין [[מדרשים]]. אין קורצן איז עס וואוווי פאלגענד.
 
===די אבות===
שורה 32:
דורכאויס די קומענדע עטליכע הונדערט יאר זענען זיי געווען געפלאגט פון פילע מלחמות מיט די ארומיגע פעלקער, ווי [[עמון]], [[ארם]] און [[פלשתים]]. זיי האבן נישט פארמאגט קיין קעניג נאר אנשטאט זענען געווען די '[[שופטים]]' וועלכע האבן נישט געהאט קיין פולקאמע אויטאריטעט אויפן פאלק. ביזן יאר ב'תתפ"ב ווען [[שמואל הנביא]] האט געזאלבט [[שאול המלך]] פון [[שבט בנימין]] אלס דער ערשטער קעניג איבערן גאנצן פאלק ישראל. צוויי יאר שפעטער, ב'תתפ"ד, איז [[דוד|דוד בן ישי]], שאול'ס אן איידעם, ברייט באקאנט געווארן איבערן לאנד אלס דער צוקונפטיגער קעניג, נאכן געזאלבט ווערן דורך שמאול אויף גאט'ס באפעל. עטליכע מאנאטן דערויף איז שאול אומגעקומען אין א מלחמה מיט די פלישתים און דאן האט דוד איבערגענומען די מלוכה, צוערשט אין חברון, בלויז אויף זיין אייגן [[שבט יהודה]], און זיבן יאר שפעטער איז ער געווארן קעניג איבערן גאנצן פאלק, אויף אלע שבטים. דעמאלט איז ער אריבער קיין '[[ירושלים]]' וואס איז פארוואנדלט געווארן אלס דער הויפטשטאט פון ארץ ישראל.
 
[[דוד המלך]] האט געלעבט און איז געווען קעניג ביז דריי און דרייסיג יאר שפעטער, און דורכאויס זיין קעניגרייך האט זיך ארץ ישראל פיל אויסגעברייטערט, נאכדעם וואס ער איינגענומען און אנעקסירט פיל טעריטאריע פונעם דערנעבנדיגן ארם. דערנאך האט געקעניגט זיין זון [[שלמה]], וועלכער האט אויפגעבויט דעם '[[בית המקדש]]' אין ירושלים. אין זיין צייט איז דאס פאלק געווען ברום המעלות, ער האט געוועלטיגט איבער פילע פעלקער און לענדער, און די גאנצע וועלט איז געווען באצויבערט פון זיין אויסערגעווענליכן קלוגשאפט און פארשטאנד. נאך זיין טויט האט זיך דאס פאלק צוטיילט, בלויז די שבטים יהודה און בנימין זענען פארבליבן מיט [[רחבעם בן שלמה]], און די איבעריגע צען שבטים האבן זיך אפגעטיילט און געקרוינט [[ירבעם בן נבט]] אלס קעניג אין [[שומרון]]. זינט דאן זענען זיי טאקע פארבליבן אלס איין פאלק, אבער מיט צוויי באזונדערע קעניגרייכן, '''[[מלכות יהודה]]''' און '''[[מלכות ישראל]]'''.
 
===יהודה אלס דער צענטראלער שבט===
אין יאר ג'ר"ה האט זיך געענדיגט דער 'מלכות ישראל', נאכדעם וואס די [[עשרת השבטים|צען שבטים]] זענען פארטריבן געווארן פון ארץ ישראל דורך [[אשור]]. און אין ג'של"ח איז חרוב געווארן ירושלים צוזאמען מיטן ערשטן בית המקדש דורך [[בבל]], און מיט דעם האט זיך געענדיגט דער 'מלכות יהודה'. זיבעציג יאר שפעטער האט זיך דאס מערהייט פון שבט יהודה, מיט א מינאריטעט פון עטליכע אנדערע שבטים, צוריקגעקערט קיין ארץ ישראל צוזאמען מיט [[עזרא הסופר]], און זיי האבן אויפגעבויט דעם צווייטן בית המקדש וואס איז חרוב געווארן פיר הונדערט און צוואנציג יאר שפעטער דורך די [[רוימישע אימפעריע|רוימער]].
 
נאכדעם וואס 'מלכות ישראל' איז פארטריבן געווארן, האט מען אנגעהויבן רופן דאס פאלק, 'יהודיים', וואס איז שפעטער פארוואנדלט געווארן אין אידיש אלס 'יודייד', 'יידיוד' אדער 'איד', אויפן נאמען פון [[מלכות יהודה|יהודה]], וויבאלד זיי זענען פארבליבן די מערהייט אין ארץ ישראל, און זיי האבן זיך אומגעקערט פון [[גלות]] בבל קיין ארץ ישראל. הגםכאטש עס זענען אויך געווען טיילן פון אנדערע שבטים, איז אבער יהודה פארבליבן אלס דער מערהייט און מערסט אנגעזעענע שבט. אויך זענען זיי נאך גלייך ביים אנהויב פון די אנטוויקלונג פון כלל ישראל געווען אנערקענט אלס דער פירענדע און צענטראלע שבט, דערפאר פאררופט זיך כלל ישראל אויף זיין נאמען. מען טרעפט שוין אז זיי ווערן אזוי אנגערופן נאך אין [[ספר דניאל]], 'גוברין יהודאין', און אויך אין [[מגילת אסתר]], 'יהודיים' און [[מרדכי]] 'היהודי' (כאטש זיין אפשטאם איז פון שבט בנימין<ref>תלמוד בבלי מגילה דף יב ע"ב און דף יג ע"א</ref>).
 
== אידן אין גלות ==
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/ייד"