אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ייד"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 45:
אין יא ג'ר"ה האט [[סנחריב]] דער קעניג פון [[אשור]] טאטאל איינגענומען די גאנצע טעריטאריע פון [[מלכות ישראל]], פארטריבן די צען שבטים אונטערן נהר גוזן, און געברענגט קיין [[ארץ ישראל]] אנטשטאט זיי אנדערע פעלקער וואס ער האט דארט באזעצט. זינט דאן זענען די צען שבטים ווי פארשוואונדן געווארן פון די ארענע, זיי זענען ווי פארלוירן געווארן פון דער מאפע און האבן זיך נישט צוריקגעקערט ביזן היינטיגן טאג. נהר 'גוזן' איז א לשון פון פארגעסן<ref>רמב"ן, דברים לב, כו</ref>, ווייל גאט האט זיי געשטראפט אז זיי זאלן פארגעסן ווערן פון דער מענטשהייט צוליב דעם וואס זיי האבן פארגעסן פון גאט.
 
און די לעצטע עטליכע הונדערט יאר זענען אפירגעקומען פארשידענע עדות און פילע טעאריעס איבערן היינטיגן אידענטיטעט און וואוינארט פון די עשרת השבטים. א טייל טעאריעס זענען אויף שבטים פון פארשידענע פארשטופטע פלעצער ווי [[אפריקע]], אויך זענען דא וואס צייכענען אן אויף געוויסע אינדיאנע שבטים אין [[אמעריקע]], אבער די מערהייט פון די עדות זענען קאנצעטרירט ארום פעלקער פון [[אזיע]] און ווייטן מזרח, וואס דאס שטימט מיט די פסוקים אז זיי זענען פארטריבן געווארן קיין 'לחלח וחבור', דאס רעכנט אריין די [[פאלאשן]] און נאך פארשידענע שבטים אין [[אינדיע]] און [[אפגאניסטאן]] און ארום. כאטש אז די מערהייט פון די באטראפענע שבטים גלייבן היינט אין [[איסלאם]], איז נאך פארט דא צו טרעפן ביי זיי פארשידענע אידישע סמניםסימנים און מנהגים, ביי געוויסע מער און ביי געוויסע ווייניגער. ווען די [[פאלאשן]] פון [[עטיאפיע]] האבן אנגעהויבן קומען קיין ארץ ישראל, האט די שאלה איבער זייער ריכטיגע אידענטיטעט באקומען אויך אן [[הלכה|הלכה'דיגן]] כאראקטער, און עס האט ערוועקט חילוקי דעות אויב מען קען פאקטיש זיך פארלאזן אויף די אלע באווייזן אז זיי שטאמען טאקע פון די עשרת השבטים אדער זיי דארפן זיך געהעריג מגייר זיין.
 
=== די ענדע פונעם גלות ===
אין דער [[תורה]], ביים '[[שירת האזינו]]'<ref>דברים לב</ref>, ווערט פאראויסגעזאגט די גאנצע אנטוויקלונג פונעם אידישן פאלק, פסוק נאך פסוק, וואס איז אלעס פונקטליך מקויים געווארן דורכאויס דער אידישער היסטאריע. ביזן לעצטן פסוק פונעם שירה, דער איינציגסטער פסוק וואס איז לויט סיי וועלכן באדייט נאכנישט מקויים געווארן: "''הרנינו גוים עמו כי דם עבדיו יקום ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו''". שרייבט דארט דער [[רמב"ן]] אין דער פאלגענדער לשון:<br />
 
:,,''וזה דבר ברור כי על הגאולה העתידה יבטיח כי בבנין בית שני לא הרנינו גוים עמו רק לעגו עליהם (נחמיה ג לד) מה היהודים האמללים עושים והיו גדוליהם עבדים בהיכל מלך בבל וכולם משועבדים לו ובימים ההם לא השיב נקם לצריו ולא כפר אדמתו עמו והנה אין בשירה הזאת תנאי בתשובה ועבודה רק היא שטר עדות שנעשה הרעות ונוכל ושהוא יתברך יעשה בנו בתוכחות חימה אבל לא ישבית זכרנו וישוב ויתנחם ויפרע מן האויבים בחרבו הקשה והגדולה והחזקה ויכפר על חטאתינו למען שמו אם כן השירה הזאת הבטחה מבוארת בגאולה העתידה...ואלו היתה השירה הזאת מכתב אחד מן החוזים בכוכבים שהגיד מראשית אחרית כן היה ראוי להאמין בה מפני שנתקיימו כל דבריה עד הנה לא נפל דבר אחד ואף כי אנחנו נאמין ונצפה בכל לב לדברי האלהים מפי נביאו הנאמן בכל ביתו אשר לא היה לפניו ואחריו כמוהו עליו השלום''."
 
== אידישע אמונה אין רעליגיע ==
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/ייד"