אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ייד"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 87:
=== איד ===
* דאס איז דער נאמען וואס איז היינט אין באנוץ. דאס איז וואס מען רופט אין ענגליש Jew. ארגינעל איז עס אין [[לשון הקודש]] 'יהודי' און 'יהודיים' און דורכאויס די יארן איז עס געווארן אויף אידיש '''יוד''' (און '''ייד''') אדער '''איד'''. דער נאמען טרעפט מען אויך אין תנ"ך, ווי אין [[ספר דניאל]] און אין [[מגילת אסתר]]. דער נאמען 'יהודי' שטאמט פון [[יהודה]] וועלכער איז געווען דער צענטראלע שבט פון אידישן פאלק. לכתחילה האט מען בלויז די מענטשן פון שבט יהודה אזוי אנגערופן, אזויווי די אנדערע שבטים וואס מען האט יעדעם גערופן אויפן נאמען פון זיין שבט, אבער נאכדעם וואס די [[עשרת השבטים]] זענען פארטריבן געווארן פון [[ארץ ישראל]] און שבט יהודה איז פארבליבן (און שפעטער צוריקגעקומען פון גלות בבל) אלס די מערהייט מיט בלויז א מינאריטעט פון אנדערע שבטים, האט זיך דער נאמען אנטוויקלט אויפן גאנצן פאלק. און אויך אויפן נאמען פון [[מלכות יהודה]] פון וואס דאס גאנצע איבערגעבליבענע פאלק איז געווען א טייל, נאכן [[גלות]] פון [[מלכות ישראל]].
:חז"ל זאגן<ref>תלמוד בבלי מגילה דף יג ע"א</ref>, אז דער נאמען 'יהודי' רופט מען אזוי א איד וואס לייקנט אין [[עבודה זרה]] און איז 'מודה' אין איינציגן גאט. אויך שטייט אין ספרים אז עס איז א לשון פון לויבן, וויבאלד דער באשעפער האט אויסגעוועלט דעם אידישן פאלק אים צו לויבן, און דאס איז דער מהות פון א איד, צו אנערקענען אין גאט און אים שטענדיג צו לויבן.
 
== באפעלקערונג ==
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/ייד"